זונטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג חיי שרה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר פנחס לעמיל קיש הי"ו.
ב"ר אברהם יעקב מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר חיים פארגעס הי"ו.
ב"ר אברהם מנחם בוכינגער הי"ו.
ב"ר יואל מענדלאוויטש הי"ו.
ב"ר אברהם פויגל הי"ו.
ב"ר שמואל אהרן מיטטעלמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א מחותנו הגה"צ רבי חיים יוסף פריעדמאן שליט"א - אב"ד ברעזשאן מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה בשעטו"מ,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום קבלת פנים פון הכלה בת הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס, פאר די חופה האט דער רבי געבענטשט די חתן, דער רבי האט מסדר קידושין געווען און אנוועזענד געווען ביים גאנצן חופה.
דערנאך האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' נפתלי יעקב דרעזדנער הי"ו און ר' יואל ברמ"א ראטה הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:15 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 11:20 איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת החתונה פון הכלה בת הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס,
נאכן בענטשן האט די בדחן הרה"ח ר' שלמה יעקב וועבער הי"ו אויפגעריפן רבינו שליט"א צו די מצוה טאנץ מיט דברי חרוזים, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מחותנים און די זיידעס, און עקסטער מיט הרה"ח ר' יואל הי"ו, דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 11:50.
א גוטע נאכט.
~🌴~