שבת קודש פרשת וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וירא=
ארום 5:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:45.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בהגה"צ רבי ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד ברך משה.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר נחמן כהנא שליט"א, בן האדמו"ר מסערעדנא ב"ב שליט"א.
פאר די פיש האט דער רבי גערעדט פאר די בחורים ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די נסיעה קיין מאנטריאל קומענדיגן שבת חיי שרה, ווי דער רבי האט געבעטן די בחורים זאלן בלייבן אין ישיבה עוסק זיין בתורה און נישט מיטקומען קיין מאנטריאל.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נחמן כהנא שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' חיים העכט הי"ו - ביתר.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק והוא עומד עליהם תחת העץ ויאכלו, און געטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין פון שלא כדרך אכילתה.
קה אכסוף: הרב יואל יוסף טייטלבוים שליט"א - וומ"ס.
ברכת המזון: הגה"צ רבי יואל שליט"א - רב דביהמ"ד בית ברוך.
נאכן בענטשן האט הרה"ח ר' שמעון עסטרייכער הי"ו מחשובי חסידי בעלזא ב"פ געברענגט א זילבערנע בעכער וואס הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט געניצט אין די תקופה וואס ער האט זיך אויפגעהאלטן אין מונקאטש ביים ערשטן וועלט מלחמה, דער רבי האט געמאכט א ברכה, און געטרינקען פונעם בעכער, און געוואונטשן לחיים און זיך באדאנקט.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך כ"ב חשון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה שווארץ הי"ו - לאנדאן.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס - ב"פ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:30.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה שווארץ הי"ו - לאנדאן.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישכר בער הירש הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה דוד אקערמאן הי"ו.
כהן: ר' זלמן לייב ברש"מ פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמואל מאיר אפפעל הי"ו.
שלישי: החתן יחזקאל שרגא ב"ר ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן שמואל מאיר ב"ר יואל מערץ - באווארפען.
חמישי: החתן שלום עמרם בן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יוסף בלומענטאהל הי"ו.
ר' דוד יעקב ווידער הי"ו.
שביעי: החתן אשר זעליג ב"ר שלום אליעזר גראד הי"ו.
אחרון: החתן יואל הלל ב"ר שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו.
מפטיר: הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק פייערשטיין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' וואלף ווייס הי"ו - ב"פ.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומ"ס, ורב דביהמ"ד ברך משה וומ"ס.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מנחם אשר בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:10.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' בנציון חיים זאלדאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו - וומ"ס.
כהן: ר' יואל ברי"פ גלאנצער הי"ו.
לוי: הר"ר חיים יושע לעווי שליט"א.
שלישי: הרה"ג ר' מאיר לייב קטינא שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' פנחס מרדכי קליין הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ואקחה פת לחם, און ארויס געברענגט אז א בעל חי אינו נדחה, דעריבער זאגט מען נישט נראה ונדחה אינו חוזר ונראה, דעריבער נוצט תשובה.
אבער רשעים בחייהם קרואים מתים, דעריבער וואלט מען דאך לכאורה יא געדארפט זאגן נראה ונדחה אינו חוזר ונראה, אבער אז מען האט אמונה, מען גלייבט און מען איז דבוק אינעם אויבערשטן איז ואתם הדבקים בה' אלקיכם און דורכדעם איז חיים כולכם היום איז מען א בחינה פון א חי, קען מען תשובה טון.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אלי' דוד גרינפעלד הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן לייבוש ב"ר יואל קראוס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:30.
ביים ארויס באגלייטן האט מען געזינגען כי מלאכיו לרגל די ביקור המרומם בקרב קהלתינו הק' מאנטריאל.
~
נאך הבדלה איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי גיסו הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין די טעג בבית חתנו הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב ק"י,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 10:00 אזייגער האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים שמחת השבע ברכות לבן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומ"ס, ורב דביהמ"ד ברך משה וומ"ס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס, און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים.
דערנאך ארום 10:20 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת מלוה מלכה פאר די מגי"ש פון די אכט סניפי ישיבה קטנה אין ק"י,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די מגי"ש, דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 10:40.
א גוטע וואך.
~🌴~