דאנערשטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג וירא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית בביהמ"ד הגדול לבן הנולד אצל ר' יואל שעהנפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אהל פיגא לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב ברוך רוקח שליט"א בן הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א - חדב"ן, עס האבן מיטגעדאווענט די תלמידי סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל בריעף הי"ו.
ב"ר יואל מאשקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה,
מוהל איז געווען די זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
סנדק: רבינו שליט"א.
סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רבי דוד דוב שליט"א.
ברכות: די זיידע הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א, ויקרא שמו בישראל מאיר נאך די זיידע האדמו"ר מקאזלאוו זצ"ל.
נאכן ברית איז די גאנצע ציבור אריבער ווינטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשובע זיידעס.
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד.
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה די אבי הבן הרב ברוך רוקח שליט"א, הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א, האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אברהם יושע רוקח שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעווינטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און דערנאך געווינטשן פאר חתנו הגה"צ רבי דוד דוב שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די זיידע האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און די הרחמן'ס הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א - מנהל סניף דברי יואל, און די רמ"י הישיבה, הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א, הרה"ג ר' הערשל גאלדבערגער שליט"א, הרה"ג ר' דוד ליכטענשטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער, אויפן וועג ארויס איז דער רבי אריין אינעם נייעם איבערגעבויטן מקוה וואס מען האט איבערגעבויעט און פארדאפעלט דעם זומער העעל"ט, אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו - רוח החיים פון ביהמ"ד.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 6:00 אזייגער איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א לרגל די שמחת החתונה פון נכדו וואס איז פארגעקומען היינט אויפדערנאכט אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען ספינקא רבי שליט"א מיט סידור קידושין,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעווינטשן.
פארנאכט'ס האט זיך פארבינדן מיט די רבי'ס שטוב די אמטירענדע גאווערנאר פון ניו יארק וואס האט געוואנען ווידערוויילונג זיך צו באדאנקען פאר די שטיצע ביי די וואלן, און ווידער ערוועהנט צו שטיין צו די רעכטע האנט לטובת החינוך.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברד"י קראוס הי"ו און ר' יחזקאל כ"ץ הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל בר"ש פריעדמאן און ר' אלחנן טויב הי"ו.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' משה אברהם שמעי' שאלאמאן ע"ה און ר' יצחק אלי' ביטמאן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט רבי געדאווענט מעריב, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~