שבת קודש פרשת לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת לך=
ערב שבת האט דער רבי אנגעטון די שטריימל בביתו נאוה קודש פאר החתן הלל ב"ר עמרם טירנויער הי"ו.
ארום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו - משמש אויפגעפאדערט דער גאנצער ציבור ארויס צו גיין וועלן דעם דינסטאג פאר די קהלה און מוסדות אינדארסירטע קאנדידאטן.
קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר כולל תפארת בחורים דוומ"ס.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בהגה"צ רבי ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד ברך משה.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אנטשיל אילאוויטש הי"ו - ב"ב.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מנחם יודא גאטליעב שליט"א - אב"ד ניאמץ וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הר"ר שלמה בנעט שליט"א - ראה"כ ירושלים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ואעשך לגוי גדול, און געטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין פון אין שליח לדבר עבירה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' אנטשיל אילאוויטש הי"ו - ב"ב.
ברכת המזון: בעל שמחה הרב ברוך רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי משה'לע משינאווא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם זונטאג י"ב חשון.
קה רבון עלם: הרב משה שמואל ראטטענבערג שליט"א - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א,
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און ביר לכבוד די שמחה, דער רבי האט טועם געווען, און פארטיילט שיריים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה, און פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די שמחה.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי הרב מאיר אלכסנדר קליינמאן הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' בצלאל טויסיג הי"ו - ירושלים.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:40.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר בעריש טירנויער שליט"א - רב ביהמ"ד תורת משה וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו וומ"ס.
כהן: החתן ב"ר יואל צבי פילאפף הי"ו.
לוי: ר' חיים פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: החתן הלל ב"ר עמרם טירנויער הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן שלמה מנשה ב"ר יואל בערקאוויטש - באווארפען.
חמישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל בר"מ פריעדמאן הי"ו.
ר' יצחק ישעי' כ"ץ הי"ו.
ר' יוסף זונדל וויינבערגער הי"ו.
ר' חיים יואל דים הי"ו.
ר' יעקב יואל אינדיג הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
הוספות: החתן אהרן יואל ב"ר שמעי' קעסלער הי"ו.
החתן יואל בן הר"ר יצחק אייזיק פוקס שליט"א - מו"ץ.
החתן יוסף ב"ר דוב מארקאוויטש הי"ו.
אחרון: הרה"ג יצחק אייזיק פוקס שליט"א - מו"ץ.
מפטיר: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' שמעי' קעסלער הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק בערקאוויטש הי"ו - בראזיל.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה טירנויער הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד אצל הרה"ח ר' יושע שמואל לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לו למז"ט, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:20.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' עמרם טירנויער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
שלישי: הרה"צ חיים אליעזר מייזליש שליט"א מווייטצען.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק לך לך מארצך, יעדע זאך וואס א איד טוט ווערט אריין געשטעלט אין מקום המקדש, דורך מצוות ומעש"ט איז מען מקדש די מקום המקדש און חלילה פארקערט, והחי יתן אל לבו, לב יודע מרת נפשו וויפיל מאל מ'האט מקדש געווען אדער חלילה פארקערט, און מ'דארף משים זיין אל הלב מרבה צו זיין בתשובה ומעשים טובים.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו - ב"פ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יואל בהר"ר יצחק אייזיק פוקס שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:45.
מוצ"ש איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף שאפפער הי"ו לרגל די חנוכת הבית פון ביתו החדש אין די סמיט גארדענס געגענט,
דער רבי האט קובע מזוזה געווען און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' יוסף הי"ו ובני משפחתו.
~🌴~