דאנערשטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג לך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב בערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה יקותיאל שווארטץ הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א מחותנו הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים, און געגעבן במתנה א סעט לב אהרן דרושים ואגדה, און ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל כאירה הי"ו און ר' אברהם סרוגא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:40 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' שמואל פישער הי"ו און ר' פסח חיים קרעמער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~