מיטוואך לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך לך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בראך הי"ו בבית אביו הרה"ח ר' אברהם לייב הי"ו לרפו"ש ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ישראל בנציון כ"ץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען ר' וואלף בר"ב פאלאטשעק הי"ו ע"פ בתו הילדה ע"ה.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א רב דביהמ"ד ישמח משה, עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' יושע רובין שליט"א - אב"ד ראדאוויץ, בן הגה"צ אב"ד בריזדאוויץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א.
ארום 5:10 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין חדר שמואל חיים בביהמ"ד הגדול ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום קבלת פנים ארום 5:50, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות,
דערנאך האט הר"ר שמואל קרויס שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה, ווי מען האט מסדר געווען די כתובה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין הגה"צ גאב"ד סיגעיט שליט"א, די זיידע פון די חתן.
קריאת הכתיבה: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, א פעטער פון די חתן.
ברכות ראשונות: הגה"צ אב"ד בריזדאוויץ שליט"א, די זיידע פון די כלה.
ברכה אחריתא: כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א, די זיידע פון די כלה.
עדי קידושין: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א - מו"ץ.
עדי יחוד: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו, און הרה"ח ר' יודא שטיין הי"ו.
ביים חופה האט זיך משתתף געווען די שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א געווינטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.
עטליכע מינוט נאך די חופה ארום 8:10 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב בחדר שמואל חיים אין ביהמ"ד הגדול.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול.
דער רבי איז אריין געקומען צום סעודת החתונה ארום 8:30, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה,
נאך די פיש האט רבינו שליט"א געמאכט א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.
ארום 9:15 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצען מיטן חתן,
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר מרן רבינו שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 9:40,
ארום 11:15 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו ברכת המזון, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד לימנוב שליט"א, א פעטער פון די חתן,
ברכות ראשונות: הגה''צ אב"ד דקהלתינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א,
ברכה אחריתא: הרה"צ רבי ברוך אברהם האלבערשטאם שליט"א - אב"ד קשאנוב.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט מען פאר לענגערע מינוטן געזינגען ניגוני התעורורות בשעת רבינו שליט"א שטייט אויפן פלאץ און איז מעורר דעם גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי געטאנצען מיטן חתן, און דערנאך מיט חדב"ן הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידע כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א, און די זיידע הגה"צ אב"ד בריזדאוויץ שליט"א, און דערנאך די אבי החתן הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א און אבי הכלה הגה"צ אב"ד ראדאוויץ שליט"א,
דערנאך האט די בדחן ארומגערעדט דברי בדחנות און דערנאך אויסגערופן די חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל, און דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 2:25.
~🌴~