דינסטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג לך=
נאך די מקוה האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א וועלכע האלט זיך אויף די טעג אין ק"י,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלום יוסף מענדלאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם דוב פארגעס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ג' - סניף החדש בהנהלת הר"ר מרדכי אהרן זאבעל שליט"א וואס איז סטאנציאנירט צייטווייליג אין ביהמ"ד בית שלום אויף די שינאווא גאס.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די בחורים וואס זענען געזעצן און עוסק געווען בתורה פארן דאווענען, און זיך באגריסט מיטן בעל אכסניא הרה"ח ר' הערשל סאנדעל הי"ו און זיך באדאנקט פארן ארויסגעבן די ביהמ"ד פאר די ישיבה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בן הר"ר אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים אין ביהמ"ד לרגל התחלת הזמן ווי דער רבי האט געמאכט א לחיים און פארטיילט שריים פאר די בר מצוה בחור און פארן בעל אכסניא, און דערנאך משמיע געווען דב"ק ודברי התחזקות פאר די בחורים ארויסברענגענדיג די שטארקע קורת רוח אז עס עפענט זיך אזא שיינע מקום תורה און ארומגערעדט בדברי שבח פונעם חשובן מנהל און מגידי שיעור, און צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה להצלחת הזמן בעז"ה.
דערנאך ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו וואס קומט פאר מארגן מיטוואך אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י,
ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה און דערנאך איז דער רבי אריין אין אוהל ווי דער רבי האט צום ערשט געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה,
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביים אינטערשטן שטאק ווי עס ווערט פראכטפול איבערגעבויעט לתועלת פון די בחורים.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 7:15 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען האט דער רבי מנחם אבל געווען בני הרה"ח ר' עזרא משה בערקאוויטש ע"ה ע"פ אמם ע"ה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א ובניו הרבנים שליט"א ע"פ אשתו /אמם הרבנית ממעליץ ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מסקולען וומ"ס שליט"א לרגל דאס זיך אריבערציען קיין וומ"ס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעווינטשן ברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הר"ר ישעי' סאקס שליט"א און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן זונטאג תולדות אין ביהמ"ד דעעש,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר הר"ר ישעי' שליט"א ובני משפחתו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~