מאנטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג לך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ב'.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל התחלת הזמן, און דער רבי האט פארטיילט כתבים פאר די בחורים וואס האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף די לימודים סוף זמן הקיץ העעל"ט.
נאכן דאווענען איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד מהרש"א דקהלתינו הק' אויף די המספיק גאס, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה וואס ווערט געבויעט פארן ביהמ"ד, עס איז אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ הביהמ"ד,
און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - יו"ר וועד לעניני מקואות שע"י בית הוראה דקהלתינו הק', דער רבי האט געגאסן די צעמענט און מכבד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און די חשוב'ע רבנים שליט"א צו גיסן די צעמענט, און דערנאך די נדבני ומתפללי הביהמ"ד,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין היכל הביהמ"ד, דער רבי געמאכט א לחיים ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני מקואות ביי רביה"ק זי"ע, און ווארעם אנגעווינטשן פאר די חשוב'ע נדבנים און פארן גאנצן ציבור, און פארטיילט שריים פאר די אינגעלייט מתפללי הביהמ"ד וואס האבן זיך אונטערגענומען סכומים הגונים לטובת המקוה.
אין די נאכמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש די סטעיט קאמפטראלער טאמעס דינאפעלי וואס לויפט פאר ווידערוויילונג אין די יעצטיגע וואלן, עס זענען אנוועזנד געווען די הנהלת הקרי' פון קרית יואל, און דער רבי האט געווינטשן ברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' שמעי' נחום קעסלער הי"ו און ר' חיים משה ביטמאן הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל הערש פילאפף הי"ו און ר' יואל ברי"ח ביקעל הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~