דאנערשטאג נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג נח=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:20 בביהמ''ד בוטשאטש, ווי עס האבן מיטגעדאווענט די תלמידי כתה ט' פון מוסדותינו הק' אין מאנסי.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אלימלך הכהן שווארטץ הי"ו.
ב"ר חיים ישעי' אשר מענדלאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין היכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה להתחלת הזמן פאר די כתה מכינה לישיבה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' זאגענדיג אז נ'ח אי'ש צדי'ק איז ס"ת "חשק" און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען צו לערנען מיט חשק און התמדה, און מעורר געווען די בחורים צו לערנען די פירוש המלות פון די לשם יחוד לפני הנחת תפילין און פון אהבה רבה, און צוגעענדיגט בברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:50 און מעריב ארום 7:15 אין ביהמ"ד בוטשאטש.
נאך מעריב איז געווען זמני כניסה בחדר הפרטי ווי עס זענען אריין די חתנים וואס האבן חתונה די קומענדיגע וואך,
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ק"י, און הרה"ח ר' וואלף ליכטענשטיין הי"ו, און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן.
~🌴~