עש"ק בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=עש"ק בהעלותך=
דער רבי האט געדאוונט שחרית אין ת"ת בנין וויעדער פאלאטשעק
פארן דאווענען איז דער רבי אריין אין די לאנטש רום ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די תלמידי כיתה א' און ב' בהנהלת ר' יואל אקער ווי די קינדער האבן געזינגן ניגונים
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די קינדער און געווינטשען א גוט שבת
דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כיתה ו' ז' און ח' בהנהלת ר' יעקב שלום ווייס
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים בן
ר' יואל כ"ץ
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי עס איז אויך אנוועזנד געווען די תלמידי כיתה ג' ד' און ה' בהנהלת ר' יושע זלמן ווערצבערגער
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט בנוגע לימוד התורה כיבוד אב ואם און נאך
דערנאך האט דער רבי געטיילט שריים פאר די בר מצוה בחורים און פאר די אייניקלעך
א גוט שבת