דינסטאג נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג נח=
~אדר"ח חשון~
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:10 בביהמ''ד בוטשאטש.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם מענדל ווערטהיימער הי"ו.
ב"ר משה חיים קאהן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל און פארגעדאווענט מיט א שטארקע התלהבות.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:00 אזייגער אין ביהמ"ד בוטשאטש.
נאך מנחה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן הרבני הנגיד בנש"ק הרב אשר ישעי' הורוויץ שליט"א נכד רביה"ק בעל עצי חיים זי"ע, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת חי'.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אזייגער אין ביהמ"ד בוטשאטש.
א גוטע נאכט.
~🌴~