דאנערשטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בהעלותך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל
ר' אליקים יודא גרינוואלד
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל
דער רבי האט געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים בן
ר' יעקב מאיר ווייס
ר' יואל געלבשטיין
ר' יואל ברא"י ווייס
דערנאך האט דער רבי געצינדן ליכט לעילוי נשמת זקינו הרה''ק רבי שלום אליעזר מ'ראצפערט זצוק''ל הי''ד
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט א שיעור אין די סוגיא פון המלוה על המשכון
נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבערגעגאנגען איבערגעבן פארן רבי'ן חתימות מיט קבלות טובות אין עניני טעכנאלאגיע ווי די רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות דערנאך איז פארגעקומען די לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי פון רבינו שליט''א
~א גוטן טאג~