ימים הראשונים של חג הסוכות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ימים הראשונים של חג הסוכות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א=
ארום 7:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד.
מערבית האט פארגעדאווענט הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:10.
דערנאך איז דער ציבור אריבער ווינטשן א גוט יו"ט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם סוכה הגדולה שע''י ביהמ''ד הגדול.
דער רבי האט געזאגט די סדר אשפוזין און יהי רצון כנהוג,
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט, די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און ביי די זיסע מייערן האט דער רבי פארטיילט שריים פאר די בעלי אושפיזין.
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש אתה אמרת 'והשענו תחת העץ' אני נותן להם מצות סוכה, אויף די דגלי מדבר זענען געווען אויפגעשריבן די אותיות פון די אבות הק', די פארבליבענע אות 'ה' פון אברהם איז געווען העכער אידישע קינדער און איז מגין עד היום הזה.
ברכת המזון: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 12:10.
~
=יום א' דסוכות=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר העניך שעהר שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, און פארגעזאגט אמירת הלל מיט גרויס התעררות און השתפכות הנפש ווי דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים,
נאך הלל האט דער רבי פארגעזאגט הושענות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: נכדי רבינו הרב זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, און הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב.
כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יעקב אהרן לעווי הי"ו.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
הגבה: הרב ליפא רובין שליט"א.
גלילה: הרב נחמן כהנא שליט"א - חתני הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
הגבה: הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
גלילה: הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרב אנטשיל אשכנזי שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 1:40.
=ליל ב' דיו"ט סוכות=
ארום 7:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
מערבית: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00 אזייגער.
דערנאך איז דער ציבור אריבער ווינטשן א גוט יו"ט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם סוכה הגדולה.
דער רבי האט געזאגט די סדר אשפוזין,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב ק"י.
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט, די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און ביי די זיסע מייערן האט דער רבי פארטיילט שריים פאר די בעלי אושפיזין.
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים פאר די בעלי אושפוזין.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שלמה יונגער שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד טאהש ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ראה ריח בני כריח שדה אשר ברכו ה', מעלין בקודש ולא מורידין, ס'איז געווען א חורבן ביהמ"ק וועט די ביהמ"ק השלישי זיין נאך גרעסער, גדול יהיה כבוד בית השלישי יותר מן הראשון, און דאס איז א נחמה פאר בעלי תשובה אז זיי ווערן אין א העכערע בחינה ווי צדיקים גמורים, די שמחה אילעא וואס איז געווען ביי שמחת בית השואבה וועט זיין נאך אסאך העכער ביים ביהמ"ק השלישי.
פארן בענטשן האט דער רבי פארציילט אן עובדא ווען ער איז געווען ביים רבי'ן זי"ע בעל דברי יואל, סוכות ליל אושפיזא דאהרן.
ברכת המזון: הרב לוי יצחק טויב שליט"א, חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 12:50.
~
=יום ב' דסוכות=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:05.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' חיים אלישע גראסמאן שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית,
"כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה"
דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל מיט גרויס התעררות און השתפכות הנפש און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים,
נאך הלל האט דער רבי פארגעזאגט הושענות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יואל היימאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו וומ"ס,
און הרב חיים מייזליש שליט"א, בן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין.
כהן: הרב נחמן כהנא הי"ו.
לוי: הב' החתן ב"ר יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו.
הגבה: הרה"ג ר' חיים יעקב הערקאוויטש שליט"א.
גלילה: הרב לוי יצחק טויב שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו.
הגבה: הרה"ג ר' אלתר טייטלבוים שליט"א.
גלילה: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד ישמח משה.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה קאפפעל הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט ארום 2:05.
~
ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה.
בעל תפילה: הר"ר יצחק פייערשטיין שליט"א.
מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די סוכה הגדולה ווי דער רבי האט געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטן מועד.
מען האט געענדיגט ארום 8:00 אזייגער.
א גוטן מועד.
~🌴~