שבת קודש פרשת האזינו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת האזינו=
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:35.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישראל דושינסקיא.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן חדב"ן הגה"צ רבי דוד דוב דושינסקיא שליט"א - רב דביהמ"ד אהל פיגא.
ביי די זיסע מייערן האט דער רבי פארטיילט שריים פאר די אויסלענדישע געסט.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א - מאנטשעסטער.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק עלה אל הר העברים הר נבוא און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון תלמוד גדול או מעשה גדול.
קה אכסוף: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רבי ברוך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע וואס די יארצייט געפאלט היינט ערב סוכות.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' אפרים פישל ווייס הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:00 אזייגער.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל יוסף מארקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט הגה"צ רבי יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים ראטשטיין הי"ו - ב"פ.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' חיים מאיר ווייס הי"ו.
לוי: הרה"ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט"א.
שלישי: הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א - ראה"כ באנטווערפען.
רביעי: הרה"ח ר' משה יוסף פרילענדער הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: ר' שלום פראנקל הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שביעי: ר' שלמה זלמן מארקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו - לאנדאן.
מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אהרן פראנקל הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"ה שווארטץ הי"ו.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט די פילאצאליגע אויסלענדישע געסט.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק אהרן גאלדבערג הי"ו - אסטראליע.
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אברהם משה טויב הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' יואל סאלאמא הי"ו - ארגענטינע.
כהן: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' יואל שטיינבערג הי"ו - בני ברק.
שלישי: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר מאיר לייב קטינא הי"ו - אנטווערפן.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'שימו לבבכם לכל הדברים האלה' ווי די זיידע די עצי חיים זי"ע זאגט אז פון דא לערענט מען ארויס מצות צריכות כוונה.
און דער רבי האט געזאגט אז 'זה קלי ואנוהו - התנאו עליו במצוות' גייט ארויף אויף די כוונת המצוה, און דער רבי האט פארציילט א מעשה פון זקינו הרה"ק ר' מאטעלע מ'האראנסטייפלער זי"ע וועלכע האט נישט געהאט א לולב האט ער געשיקט קיין טשערנאבל צו זיין פעטער הרה"ק רבי אהרן מטשענאבל זי"ע בעטן א לולב, האט ער אים געשיקט די שענסטע לולב וואס ער האט געהאט, און איינע פון די קינדער וואס האט געהאט געלייגט א אויג אויף דעם לולב האט ער געפרעגט די טאטע פארוואס דארף מען אים שיקן די שענסטע? האט ער גענטפערט אז אויב די וועסט מאכן אזא שיינע ברכה ווי אים וועסטו אויך באקומען אזא שיינע לולב,
און דאס זאגט משה רבינו 'שומו לבבכם' לייגט צו הארץ און כוונה 'לכל הדברים האלה', אזוי ווי די יטב לב זאגט ולקחתם ל'כם ב'יום ה'ראשון איז ר"ת הלב דאס קומט צו זאגן אז ס'דארף זיין מיט הארץ,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אנווינטשענדיג אז מזאל קענען מקיים זיין די מצוות החג כדבעי מיט כוונה און הארץ און אויפטוהן וואס מדארף אויפטוהן און זוכה זיין צו אלע השפעות וואס קומט אראפ יו"ט סוכות.
ידיד נפש: הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א - מו"ץ.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:20.
~
מוצ"ש איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' דוד יודא קאהן הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די משפחה.
ווי אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יודל ברילל הי"ו ומשפחתו לע"נ בנם הב' אליעזר ע"ה,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די משפחה.
ווי אויך איז אריבערגעקומען הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו ווי ער האט אריבערגעברענגט פאר רבינו שליט"א א הערליכן קיישעלע פארן רבינ'ס לולב געמאכט געווארן פון די בלעטער פונעם רבינ'ס לולב פון פארגאנגענע יאר, אינאיינעם מיט א פראכטפולן זילבערנעם וואזע פארן לולב,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער מנהגים ביי ד' מינים, און דער רבי האט זיך באדאנקט און ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 12:15 איז דער רבי אנגעקומען צום חנוכת הבית בביתו החדש פון האברך הנגיד ר' ישכר בער דאווידאוויטש הי"ו,
דער רבי האט צום ערשט קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך געמאכט א לחיים ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס פון סיפורים פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע וואס איז היינט די יארצייט, און אנגעווינטשן פאר ר' ישכר בער הי"ו ובני משפחתו.
~🌴~