עש"ק נשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=עש"ק נשא =
היינט האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים בן
ר' שלמה הערש קארנבלי
ר' שמעון יואל גוטמאן
ר' ישראל ברוך הערשקאוויטש
ר' חיים ברוך מרדכי גאלדבערגער
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון החתן הרב שמעון טייטלבוים ני''ו ממצויני תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל נכד רבינו הק' בעל ברך משה זי''ע נכד הגה''צ אב''ד סאטמאר 15 עוו. שליט''א בן הרב ליפא טייטלבוים בן האדמו''ר מסאסוב שליט''א
ביים לחיים האט צוערשט אויפגעטרעטן די מנהל הר"ר דוד שלמה עקשטיין
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מחותן די אבי החתן
דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברות קודש
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די חתן און מחותנים
א גוט שבת