בצל הקודש מאנטאג האזינו
באריכטן ·
🌴 בצל הקודש 🌴 =מאנטאג האזינו=
~שלש עשרה מידות~
דער רבי איז אריין געקומען צו סליחות אין ביהמ"ד הגדול ארום 5:50.
בעל תפלה: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד.
מען האט געענדיגט סליחות ארום 6:45. נאך סליחות איז איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:10 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדען לעכט לע"נ זקינו הרה"ק ר' אלעזר ניסן זי"ע.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי און געלייגט רבינו תם תפילין.
דערנאך ארום 11:00 איז רבינו שליט"א ארויסגעקומען צו אמירת כל ספר תהילים,
בעל תפלה: הרה"ח ר' יושע טעלער הי"ו.
מען האט געענדיגט תהילים ארום 1:20.
פאר קריאת הקרבנות האט רבינו שליט"א געזאגט וודוי הגדול פון רבינו נסים מיט שטארקע בכיות.
דערנאך האט מען געליינט די קרבנות,
בעל קורא: הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א.
ארום 2:15 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום לעיק אויף די פארעסט זייט צו אמירת תשליך ברוב עם.
דער רבי האט געזאגט די סדר אמירת תשליך בהתעוררות רב מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:25, בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פאר מנחה האט דער רבי געצינדען לעכט לע"נ זקינו הרה"ק ר' אלעזר ניסן זי"ע.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 7:50, בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~