זונטאג האזינו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג האזינו=
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ח ר' אלימלך שמשון שווארטץ הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר דוד שמואל לאנדא הי"ו.
ב"ר מרדכי משולם זושא שניטצלער הי"ו.
ב"ר מיכאל איצקאוויטש הי"ו - תאומים.
ב"ר שמשון סעגעדין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם אין היכל הביהמ"ד.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א געלייגט סכך אין די פריוואטע סוכה בביתו נאוה קודש און דערביי געזאגט לשם מצוות צל סוכה, און דער רבי האט איבערגעגעבן פארשידענע הוראות און זיך באדאנקט פאר די בחורים העוסקים במלאכת הקודש צו בויען די סוכה.
זמני כניסה איז געווען פון 6:15 ביז 11:20 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:25, און מעריב ארום 11:20 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~