שבת קודש פרשת וילך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וילך=
~שבת שובה~
ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו.
ביי לכה דודי האט די כאר געזינגען די נייע ניגונים.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
די סעודת שבת האט דער רבי געפראוועט אויף א פריוואטן פארנעם בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט מען האט געעפענט די טיר פאר די זמירות ודברי תורה, מען האט געזינגען כל מקדש און מנוחה ושמחה, און דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק שובה ישראל און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון הקדש מפקיע מידי שיעבוד.
מען האט געזינגען קה אכסוף,
ברכת המזון: הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו - מאנטשעסטער.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק ר' אלעזר ניסן מדראביטש זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג שלוש עשרה מידות.
מען האט געזינגען קה רבון עלם, און מען האט אויפגעגעבן פירות און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אז ביום השביעי.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' הערשל פריעד הי"ו.
צו תפילת שחרית האט דער רבי צוגעשיקט משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ירחמיאל ביטמאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר מאיר מאיער שליט"א - ב"פ.
כהן: הר"ר זלמן לייב פריעדמאן שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' בעריש אפעל הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו - מאנטשעסטער.
רביעי: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
חמישי: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שביעי: ר' יואל בר"י ביטמאן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: ר' יואל בר"מ ווערטהיימער הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים אברהם בערענשטיין הי"ו - לאנדאן.
גלילה: הרה"ח ר' יואל איצקאוויטש הי"ו - מאנטריאל.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע טעלער הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' פייוויש וועבערמאן הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' אברהם מאסרי הי"ו.
כהן: הר"ר ישראל מאיר בר"ש פריעדמאן שליט"א.
לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א. שלישי: הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'שובה ישראל עד ה' אלוקיך כי כשלת בעוניך קחו עמכם דברים ושובו אל ה', און ארויסגעברענגט אז מען שטייט יעצט אין די עשרת ימי תשובה ווען עס איז מסוגל לתשובה אבער ווען א מענטש מאכט זיך א חשבון הנפש אויף זיינע חטאים און זעט וואס פאר א תעניתים און סיגופים מען דארף טוהן כדי צו תשובה צו טוהן אויף יעדע חטא באזונדער זעט מען אז עס איז אוממעגליך צו תשובה טוהן,
האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם אור לשמים זצ"ל אז אין די דור פון עיקבתא דמשיחא פעלט נישט אויס קיין תעניתים און סיגופים עס איז גענוג אויב מען האט אמונה און הקב"ה דעמאלטס נעמט הקב"ה אן די תשובה אפילו אן קיין תעניתים און סיגופים, און דער רבי האט געטייטשט 'שובה ישראל עד ה' אלקיך' לכאורה וויאזוי קען מען תשובה טוהן עס איז דאך אוממעגליך צו מאכן אזויפיל תעניתים און סיגופים? זאגט די נביא ווייטער 'קחו עמכם דברים ושובו אל ה' דברים מיינט מען די עשרת הדברות וואס דאס איז אנכי ולא יהיה לך וואס דאס איז אמונה און דורך אמונה 'ושובו אל ה' און הקב"ה איז מקבל די תשובה אפילו אן קיין תעניתים.
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב לקראת דעם נייעם יאר בביאת משיח צדקינו בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו.
קל מסתתר: הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א - בני ברק.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגן לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק ר' אלעזר ניסן מדראביטש זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג שלוש עשרה מידות.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:25.
א גוטע וואך.
~🌴~