דאנערשטאג נצבים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג נצבים=
~ה' דסליחות~
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הר"ר נח גפן שליט"א - שו"ב דקהלתינו הק'.
מען האט געענדיגט ארום 6:25.
נאך סליחות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם הערש וויינבערגער הי"ו.
ב"ר אברהם אבא לאזאאר הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת המנוח הרה"ח ר' ליפא קאהן ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 5:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:40, און מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~