זונטאג נצבים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג נצבים=
~א' סליחות~
ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו סליחות בביהמ"ד הגדול מעוטף מיטן טלית פון רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע,
געברענגט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו,
און מיט א קאפל פון רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעזאגט די סליחות מיט גרויס התעוררות,
דער רבי האט פארגעזאגט אין א סליחות פון רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע געברענגט דורך הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:15.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב שלום טרעגער הי"ו.
ב"ר יואל פרידריך הי"ו.
ב"ר משה מתתי' מערץ הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
זמני כניסה איז געווען פון 5:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:40 און תפילת מעריב ארום 10:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~