שבת קודש פרשת כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת כי תבא=
ארום 7:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד יודא זילבערשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' נפתלי צבי בראדי שליט"א - בני ברק.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען ר' אליעזר דוב כהן הי"ו - בני ברק.
מנוחה ושמחה: ר' שרגא ענגעל הי"ו - בני ברק.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ולקחת מראשית כל פרי האדמה און ארומגערעדט אז בזכות מצוות מילה איז מען זוכה צו שכר בעולם הבא עד אין קצבה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' מרדכי מיטעלמאן הי"ו - וומ"ס.
ברכת המזון: הרה"ג ר' נפתלי צבי בראדי שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' מאטעלע האראנסטייפלער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט היינט זונטאג כ"ב אלול.
קה רבון עלם: ר' יוסף יחיאל ברייטשטיין הי"ו - בית שמש.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:35.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלמה ברוך בר"מ טייטלבוים הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמעון פריעדמאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר יואל שטיין שליט"א - לאנדאן.
כהן: החתן משה הערש ב"ר יואל כהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו - וומ"ס.
שלישי: החתן ב"ר דוד יודא זילבערשטיין הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו.
אחרון: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו - בית שמש.
הגבה: הרה"ח ר' וואלף שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ד כהן הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב מיטעלמאן הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' חיים אלישע גראסמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי שמעי' קויפמאן הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
לוי: ר' חיים אלעזר היימליך הי"ו.
שלישי: הר"ר מרדכי ערענסטער שליט"א - ירושלים.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק 'יקומך ה' לו לעם קדוש' און נאכגעזאגט אז 'לו לעם קדוש' איז בגימטריא 'שופר',
און ארויסגעברענגט אז אסאך מאל מאכט זיך אז עס איז 'סגר עליהם המדבר' די כח המדבר די כח התפילה ארבעט נישט און מען קען נישט מתפלל זיין, איז אבער דא די עצה פון גניחי גניח ילולי ילול געבן א קרעכץ פארן אייבערשטן און דאס העלפט אייביג, אבער דאס איז נאר ווען מען פירט זיך בקדושה דעמאלטס איז הקב"ה צווישן כלל ישראל במילא העלפט א קרעכץ אפילו די תפילות זענען נישט כדבעי, האט דער רבי געזאגט אז דאס איז די כח פון שבת אז עס גיבט אריין א קדושה אין כלל ישראל און אזוי העלפט געבן א קרעכץ פאר הקב"ה,
און דער רבי האט מאריך געווען בבכיות און געזאגט אז 'יקומך ה' לו לעם קדוש' איז א ברכה פון הקב"ה צו כלל ישראל אז מען וועט בלייבן א עם קדוש, און די וואס ווילן חרוב לייגן די חינוך ביי כלל ישראל וועלן נישט מצליח זיין סיי ביי חינוך הבנים און סיי ביי חינוך הבנות אלעס וועט בלייבן אזוי ווי ביז יעצט,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע ברכות פארן גאנצן ציבור בברכת "תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה" און א "כתיבה וחתימה טובה" פאר גאנץ כלל ישראל.
ידיד נפש: הרה"ח ר' וואלף שווארטץ הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן ב"ר דוד יודא זילבערשטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:05.
~
מוצ"ש ארום 11:00 אזייגער זענען אריין א קבוצה פון סניף קדושת יואל אפנעמען ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן היינט זונטאג למקומות הקדושים אין אייראפע,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און משמיע געווען קורצע דברי הדרכה, און דערנאך זענען די בחורים אריבער אפנעמען ברכת הקודש.
ארום 11:30 איז פארגעקומען די מעמד חלוקת הוספות התמיכה פאר פארשידענע חבורות אינערהאלב מבצר הכוללים וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף פארשידענע מקצועות, בנדבת הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו,
ביים מעמד זענען אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א, און די ראשי והנהלת הכולל,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בענין שטיצן לומדי תורה, און דער רבי האט פארטיילט די גרויסע סכומים פאר די אינגעלייט,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חשובן נדבן הרה"ח ר' משה יעקב יוסף הי"ו.
~🌴~