דאנערשטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג כי תבא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם צבי עזריאל שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב ישראל קטינא הי"ו.
ב"ר אלי' רייזמאן הי"ו.
ב"ר דוד יודא מאנדעל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארטיילט א ספר תהילים מיט וואס דער רבי האט זיך באנוצט במשך די לעצטערע וואכן פאר די מציונים פון סניף ברך משה וואס האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת בבא בתרא בעל פה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט פארגעלערנט די פיפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון "אין שליח לדבר עבירה" אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן ווי דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה לימי בין הזמנים, און מען האט געזינגען ניגונים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די רמ"י הישיבה און פאר אלע בחורים, מען האט געענדיגט ארום 1:45.
זמני כניסה איז געווען פון 6:15 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:50, און תפילת מעריב ארום 1:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~