מוצש"ק פרשת כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצש"ק פרשת כי תצא=
ארום 11:15 איז רבינו שליט"א אנגעקומען לבית הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו לרגל די כתיבת האותיות אין די ספר תורה וואס ווערט אריין געגעבן היינט זונטאג בבית מדרשינו "ביהמ"ד בנין בראך' דקהלתינו הק' בהשתתפות מרן רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א האט אריין געשריבן עטליכע אותיות, דערנאך האט הרה"ח ר' אברהם הי"ו געצייגט פארן רבי'ן היסטארישע ספרי קודש אין כתבי ידות וואס ער האט אין זיין באזיץ און דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט.
דער רבי האט איבער געגעבן א זילבערנע האניג האלטער און האניג במתנה פון מוסדותינו הק' פון בית שמש, און געוואונטשן א זיס יאר.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן הרה"ח ר' אברהם הי"ו און פאר אביו הרה"ח ר' שמואל חיים הי"ו, און פאר משפחתו החשובה.
ארום 11:40 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צו די זאלן פון עידן פאלאס צום מעמד סיום מסכת קידושין וסיום הזמן פון כתה מכינה לישיבה וומ''ס.
ביים אנקומען האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד ור"מ שליט"א מיט'ן דבר הישיבה.
דערנאך האט נכד רבינו הב' בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א געמאכט דעם סיום מסכת קידושין, און דערנאך אויפגעטרעטן מיט פאסיגע ווערטער לכבוד די מעמד.
מען האט פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, און דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים, עלטערן, און מרביצי תורה.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק לכבוד המעמד,
דער רבי האט פארטיילט פרסים פאר די בחורים די ספר אמרא דמר''א ט"ב על מסכת קידושין.
דערנאך ארום 12:50 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין ב''פ צו באשיינען די שבע ברכות בבית וויזניץ - וויען - דראהביטש צוגעשטעלט דורך קהילת דראהביטש,
ארום 1:15 איז דער רבי אנגעקומען לבית הגה"צ אב"ד דראהביטש שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס מיט דער מחותן הגה"צ אב"ד דראהביטש שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן די חתן ומחותנים און כל המסובין.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מאיר מאיער הי"ו, און דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט די שבע ברכות אין א בעכער וואס איז נאכגעמאכט די בעכער פון זקינו בעל ישמח משה זי"ע,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די חתן ומחותנים שליט"א.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער לבית העסקן הרה"ח ר' יודל פערלשטיין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פון בנו החתן ני"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חתן ומחותנים שיחיו,
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן ומחותנים שיחיו.
ארום 2:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין וומ"ס.
~🌴~