שבת קודש פרשת כי תצא בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת כי תצא בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס=
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל ישיבה לצעירים,
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריבער לחדרו הפרטי אינעם ניי רענאווירטער בנין חי"ל ווי דער רבי האט באטראכט די פארשריט ביי די אנגייענדע רענאוואציעס.
ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל תהילות יוסף אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבת לצעירים פון וומ"ס.
דער רבי האט אנגעהויבן אשת חיל,
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר הערשל הורוויץ שליט"א
פאר די פיש האט דער רבי געזאגט תורה פאר די בחורים,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק לא תלבש שעטנז צמר ופשתים יחדיו, גדילים תעשה לך, און עס אויסגעטייטשט אינעם ענין פון עשה דוחה לא תעשה, און דער רבי האט ארומגערעדט לענגערע דברי הדרכה פאר די בחורים אינעם ענין פון לימוד התורה מיט יגיעה און הבנה.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר הערשל הורוויץ שליט"א,
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין דקהלתינו הק'
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק לא תלבש שעטנז צמר ופשתים יחדיו, גדילים תעשה לך, און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה,
קה אכסוף: הרה"ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו - בית שמש,
ברכת המזון: הרה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א,
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי יעקב ישראל מטשערקאס זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם פרייטאג.
קה רבון עלם: הרב נחמן כהנא בן האדמו"ר מסארעדנא שליט"א - בני ברק.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט טועם געווען בונדלעך און ביר און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי
ר' יואל ברח"א בערגער הי"ו,
ר' יואל בר"י ווייס הי"ו,
ר' אלכסנדר מיטטעלמאן הי"ו,
ר' שמואל בר"ש בראך הי"ו,
ר' שמחה בונם קאהן הי"ו,
אז ביום השביעי: הרה"ג מאיר האלבערשטאם שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומ"ס,
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:35.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו,
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר שמשון אליעזר מערמעלשטיין הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' ישראל חיים קאהן הי"ו - מאנטריאל,
לוי: החתן ב"ר בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו - באווארפן,
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א,
רביעי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו,
חמישי: הרה"ח ר' הערשל מיטטעלמאן הי"ו,
שביעי: נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א,
הוספה: הרה"ח ר' יואל שלמה טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט,
אחרון: הרה"ח ר' יהוסף עסטרייכער הי"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו,
דער רבי האט געזאגט די הפטרה פון פרשת תצא, און דערנאך די הפטרה פון פרשת ראה.
הגבה: הרה"ח ר' בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' שמעון וואלדמאן הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א,
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אבערלאנדער הי"ו - מאנטריאל.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו,
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' יוסף אהרן רובין הי"ו,
לוי: הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' מאנסי שליט"א,
שלישי: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו - קרית יואל,
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אלי' פאוועל הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו - קרית יואל,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק כי ה' אלקיך מתהלך בקרב מחניך ל'הצילך ו'לתת א'וייבך ל'פניך -ר"ת אלול.
שטייט אין עבודת ישראל אז מ'טוט תשובה מיראה זדונות נעשית שגגות, תשובה מאהבה זדונות נעשית זכיות.
זאגט דער קאזניצער מגיד זי"ע, אין גלות ווערן זדונות פון זיך אליינס שגגות, אז מ'טוט תשובה מיראה ווערט פון די זדונות שוין זכיות.
מ'קען מיט דעם טייטשן ס'שטייט אין גמרא למה תוקעין בראש השנה וכו' כדי לערבב השטן, פארוואס ווערט די שטן צעמישט פון תקיעת שופר?
דער טאטע ז"ל זאגט אין ברך משה אז דערפאר האט מען מתקן געווען תשר"ת, תש"ת, תר"ת, ווייל דאס ווייזט די כובד הגלות אז מ'האט אפילו פארגעסן וואס א תרועה איז,
לויט די עבודת ישראל קומט אויס אז דאס איז די כח פון תקיעת שופר, די תרועה ווייזט די כובד הגלות און שופר איז מעורר צו תשובה מיראה ווערן די זדונות זכיות.
מיט דעם ווערט פארענטפערט די קשיא וויאזוי קען מען תשובה טון מאהבה, ווען א איד זינדיגט ווערט א מסך המבדיל, איז נישט שייך אהבת ה' איז דאך נישט שייך תשובה מאהבה, אבער אז מ'איז אין גלות קומט אויס אז מיט תשובה מיראה ווערט גראד פון די זדונות זכיות איז מער נישט דא קיין מסך המבדיל.
דאס קען זיין מבין ומאזין מביט ומקשיב, וואס איז דאס מביט? וואס קוקט דער אויבערשטער? דער אויבערשטער קוקט אריין אין אידישע הייזער און זעט די לבבות נשברות מחמת כובד הגלות, דער אויבערשטער איז מבין און ער פארשטייט די כובד הגלות, און דערפאר ווערט פון די זדונות זכיות.
דאס קען זיין ל'הצילך ו'לתת א'וייבך ל'פניך איז ר"ת אלול, מ'בלאזט שופר אום אלול מעורר צו זיין צו תשובה, און שופר ווייזט די כובד הגלות, ווערט פון די זדונות זכיות, ממילא איז להצילך ולתת אוייבך לפניך.
שטייט אין דגל 'לולא' התמהמהנו אז ישבנו פעמים, לולא איז אותיות אלול, אז מ'פארזוימט זיך אום חודש אלול און מ'טוט נישט תשובה אז ישבנו פעמים דארף מען א דאפלטע תשובה, איינס אויף די עבירה, און איינס אויף דעם וואס מ'האט נישט תשובה געטון,
דאס קען זיין כי ה' אלקיך מתהלך בקרב מחניך, דער אויבערשטער קוקט זיך אום וויאזוי אידן טוען תשובה אין חודש אלול, און דאס ברענגט להצילך ולתת אוייבך לפניך.
דער רבי האט פארענדיגט מיט שטארקע ברכת הקודש פאר דער גאנצער ציבור אז דער אויבערשטער זאל העלפן ס'זאל זיין תכלה שנה וקללותי' מ'זאל מער נישט דארפן צוקומען צו תשובה און אינאיינעם מיט די כובד הגלות זאלן די זדונות ווערן זכיות, נאר ס'זאל זיין תחל שנה וברכותיה, דער אויבערשטער זאל אריין שיקן א רוח טהרה אין אידישע קינדער מ'זאל זוכה זיין צו אמת'ע תשובה מאהבה מתוך שמחה והרחבת הדעת וועט מער נישט אויספעלן די אלע צרות ל"ע.
"דער אויבערשטער זאל העלפן תחל שנה וברכותי' לברכה ולא לקללה! לחיים ולא למות! לשובע ולא לרזון!"
לחיים ולא למות אמן - ר"ת אלול, לברכה ולא לקללה אמן - ר"ת אלול, לשובע ולא לרזון אמן - ר"ת אלול,
"דער אויבערשטער זאל העלפן ס'זאל זיין לחיים ולא למות אמן, לברכה ולא לקללה אמן, לשובע ולא לרזון אמן! דער אויבערשטער זאל העלפן אלע אידישע קינדער זאלן געהאלפן ווערן בכל מילי דמיטב".
ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א. דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
דער רבי האט צוגעשיקט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א צו מעריב לרגל די יארצייט פון זקינו הרה''ק רבי ישראל יעקב יוקל זצ''ל מ'וואלאווע.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:20
א גוטע וואך.
~🌴~