בצל הקודש דאנערשטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴=דאנערשטאג כי תצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא שטיין ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אלי' בר"ח פארקאש ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה ברוך כלב ענגלענדער הי"ו.
ב"ר מרדכי הירש הי"ו.
ב"ר אלכסנדר גרשון ווייס הי"ו.
ב"ר דוד משה שאמועל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ג פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון "אין שליח לדבר עבירה" אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, דער רבי האט געענדיגט ארום 2:55.
אין די נאכמיטאג שטונדן זענען אריין בקודש פנימה העסקן ר' מרדכי פריעד ושותפו הי''ו פון די ''סעד ומרפא'' ארגאניזאציע וואס גיבט הילף אין רפואה אנגעלעגנהייטן פאר אחב''י אין ארה"ק.
רבינו שליט''א האט זיך נאכגעפרעגט אויף די פעולות און געוואונטשן ברכת קדשו.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יחזקאל בערגער הי"ו און הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' שמואל הכהן שעהנברוין הי"ו און ר' אברהם יושע גפן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מנחה ביים זמן ר"ת האט רבינו שליט"א געמאכט קידוש לבנה.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ''ק אדמו''ר מטעמעשוואר שליט''א פון בני ברק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן און ארויס באגלייט ביזן טיר.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~