מיטוואך כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך כי תצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי אלי' מאסרי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה הלל וויינגארטן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יצחק וויינשטאק הי"ו.
ב"ר יוסף בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל בר"ל בערקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ז'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די נייע מקוה טהרה אויף די ראצפערט גאס וואס ווערט בעז"ה געבויעט פארן געגענט, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד יציקת הבורות פאר די נייע מקוה טהרה, עס איז אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און חדב"ן הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א, און חדב"ן הגה"צ רבי דוד דוב דושינסקיא שליט"א און נאך רבנים פונעם געגענט,
דער רבי האט געגאסן די צעמענט און מכבד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און די חשוב'ע רבנים שליט"א צו גיסן די צעמענט, און דערנאך די ראשי הקהלה און די נדבנים,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המעמד, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזענדע רבנים וראשי הקהלה,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
ארום 1:55 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די ערשטע סוגיא שיעור און די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
ביים אנהייב האט דער רבי ארויסגעברענגט אז פארגאנגענע מאל וואס מען האט געלערנט די סוגיא איז געווען פאר צוויי יאר צוריק בשעת תקופת הקאראנע ווען מען האט נישט געקענט פארלערנען ברוב עם און אנשטאט האט מען פארגעלערנט בזעיר אנפין אויף א פריוואטע פארנעם בביתו נאוה קודש, און ברוך השם יעצט קען מען עס פארלערנען ברבים,
דער רבי האט געענדיגט ארום 2:45.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 11:40 אויפדערנאכט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' ליפא האלפערט הי"ו און ר' הערש אלימלך קליין הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' ברוך מרדכי דרעזדנער הי"ו און ר' פנחס מענדלאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:45, און מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~