דינסטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג כי תצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אלכסנדר ישראל לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל פאלאק הי"ו.
ב"ר נפתלי הירצקא ברילל הי"ו.
ב"ר אברהם הערש וועבער הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ובניו החשובים וחתנו האדמו"ר מזעהוויל שליט"א, ע"פ הרבנית מזעהוויל ע"ה בתו של האדמו"ר מסקווירא שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים פאר קרוב צו א שעה צייט.
ארום 2:20 האט דער רבי פארלאזט שיכון סקווירא, אויפן וועג אריין קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 5:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א - דומ"ץ וראש ישיבת דינוב, בן כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, אינאיינעם מיט בנו החתן, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די חתונה וואס קומט פאר דעם דאנערשטאג אויפדערנאכט, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 בביתו נאוה קודש, און נאך מעריב ווייטער אויפגענומען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~