מאנטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג כי תצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משולם איסור לעווי הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר בנימין צבי שטערן הי''ו.
ב"ר אברהם יושע גראס הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 12:50 אויפדערנאכט.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' מאיר יעקב מויזקאפף ע"ה און ר' ישראל העניך שעהר הי"ו,
און פון די מחותנים ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו און ר' יוסף רפאל האפפער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' נפתלי צבי רוטנבערג שליט"א - אדמו"ר מקאסאן בית שמש וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצ''ל,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די לעצטערע פעולות לטובה בעניני מזוזות, און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעווינטשן.
אויך איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר משאץ מאנטריאל שליט"א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון די באזוכן פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין מאנטריאל, און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעווינטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~