נאכן דינער פון מוסדותינו הק' אין מאנסי איז רבינו שליט"א געווען אויף א באזוך ביי הגה"צ ר חיים פייבול שנעבאלג…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
נאכן דינער פון מוסדותינו הק' אין מאנסי איז רבינו שליט"א געווען אויף א באזוך ביי הגה"צ ר חיים פייבול שנעבאלג שליט"א מלפנים אב"ד קהל אברכים מאנסי ווי דער רבי האט אים געוואונטשן לרגל די התמנות אלס "גאב"ד מאנטשעסטער" און עס האט זיך פארצויגן א שמועס אויף א לענגערע צייט
דערנאך איז רבינו שליט"א געווען אויף א באזוך בבית הרה"ג ר' הילל ראבינאוויטש שליט"א מנה"ר בישבה"ק סניף ברך משה לרגל די תנאים פון בתו הכלה וואס איז פארגעקומען היינט אויפדערנאכט
אנקומענדיג צוריק אויף קרית יואל איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' קלמן יואל סופר ווי רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן א אות אין די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן דורך ר' קלמן יואל. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים ווי רבינו שליט"א האט אנגעווינטשן ר' קלמן יואל מיט ברכות לרוב
א גיטע נאכט