זונטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג כי תצא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר הערש לייב פישער הי''ו
ב"ר ברוך עקשטיין הי''ו
ב"ר מענדל פריעדמאן הי''ו,
ביים דאווענען האט דער רבי פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק,
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל ברח"ד פריעד הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון רובינשטיין הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים, אינאיינעם מיט די בעלי ברית ברוב עם, ווי אויך האט מען געמאכט דעם מי שברך.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטריאל, און הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א - רב המכשיר אינעם נייעם פלייש געשעפט דקהלתינו הק' אין מאנטריאל.
אין די נאכמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א מחותנו הרה"צ ר' יצחק דוד הורוויץ שליט"א - אב"ד מראצפערט בראזיל, אינאיינעם מיט גיסו הרה"צ ר' זושא בעער שליט"א - אדמו"ר מראצפערט מאנסי,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין בראזיל,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים, און ווארעם געווינטשן ברכת קדשו.
דערנאך ארום 4:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביים לויה פון הרבנית מזעהוויל ע"ה בת כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא,
דערנאך איז דער רבי ארויף צום בית החיים ווי דער רבי האט אויסגעווארט ביז נאך די קבורה,
ארום 6:30 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קרית יואל.
ביים אנקומען אויף קרית יואל האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יושע ברי"י ווערצבערגער ע"ה.
ארום 7:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך בנש"ק הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש בהתלהבות אש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' דוד אלי' ניישטאדט הי"ו און ר' יואל שטיינמעטץ הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' אלכסנדר אשר מרגלות שליט"א - רב דקהל אהל משה -וויען עסטרייך,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בתורה וחסידות, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~