שבת קודש פרשת שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שופטים=
ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט די קדישים לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן בעל ייטב לב זי"ע.
קבלת שבת: הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א - רב דקהלתינו הק' לינדען ניו דזשערזי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסד רב טוב להצלת פליטי אוקריינע ואיראן, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו - אנטווערפען.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' מיכאל משה ברים הי"ו - בית שמש.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שלום לעווינטאהל הי"ו - ירושלים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק כי יפלא ממך דבר און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה שבמקדש.
קה אכסוף: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם פרייטאג ו' אלול.
קה רבון עלם: הר"ר מאיר פאנעט שליט"א - היילענד מילס בן האדמו"ר מדעעש שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' אלי' בר"ח פארקאש הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א - מו"ץ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:00 אזייגער.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר דוד פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק טייטלבוים הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו.
כהן: החתן מיכאל ב"ר ישראל לייב כהן הי"ו.
לוי: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ורב דביהמ"ד דברי יואל.
שלישי: החתן יואל ב"ר יו"ט בערגער הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן שמואל ב"ר אהרן וויינשטאק הי"ו.
חמישי: החתן יואל יושע ב"ר דוד רובין הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אלי בר"ח פארקאש הי"ו.
ר' מרדכי קרויס הי"ו.
ר' משה הלל קרויס הי"ו.
שביעי: החתן ישעי' גדלי' ב"ר שרגא גאנדעל הי"ו.
אחרון: הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו - בראזיל.
הגבה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב הערש פערל הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר דוד פערל שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יונה דוד פערל הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים טורנהיים הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יוסף מרדכי רובין הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' מעכיל פריעדמאן הי"ו - מאנטשעסטער.
שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו - אנטווערפען.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' אלי' שפיטצער הי"ו - טאהש.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק 'וה' אמר לכם לא תוסיפון לשוב בדרך הזה עוד' און דער רבי האט נאכגעזאגט פון דורשי רשימות אז די פסוק גייט ארויף אויף מצוות תשובה, און עס איז מרומז אין פסוק ו'ה' א'מר ל'כם ל'א איז ר"ת אלול דאס קומט צו זאגן אז חודש אלול דארף מען עוסק זיין אין מצוות תשובה, אזוי אויך האט דער רבי נאכגעזאגט אז והאלוקים א'נה ל'ידו ו'שמתי ל'ך איז אויך ר"ת אלול,
האט דער רבי געזאגט אז הקב"ה האט קונה געווען כלל ישראל מיט קנין משיכה, און עס איז דא צוויי וועגן קונה צו זיין מיט משיכה אדער דורך 'קורא לה והוא בא' אדער דורך 'היכשה במקל', און דאס איז צוויי וועגן וויאזוי הקב"ה איז מעורר כלל ישראל צו תשובה אדער דורך 'קורא לה והוא בא' דורכ'ן אריינשיקן א רוח טהרה אין כלל ישראל, אדער דורך 'היכשה במקל' דורך צרות ויסורים,
און דער רבי האט געזאגט אז די צוויי וועגן זענען מרומז אין די צוויי פסוקים 'וה' אמר אלי' איז מידת הרחמים פון קורא לה והוא בא, און 'והאלוקים אנה לידו' איז מידת הדין פון היכשה במקל,
האט דער רבי געזאגט אז דורכן עוסק זיין בצדקה וחסד איז מען זוכה צו נתעורר ווערן לתשובה דורך 'קורא לה והוא בא' און מען דארף נישט צוקומען צו קיין צרות ויסורים,
און דער רבי האט מאריך געווען בדברי התעורורות אז מען שטייט יעצט אין חודש אלול און מען דארף מאכן א חשבון הנפש אויף די מעשים און תשובה טוהן אויף וואס מען דארף, און מען דארף מתפלל זיין אז מען זאל נתעורר ווערן לתשובה דורך 'קורא לה והוא בא' און מען זאל ח"ו נישט דארפן צוקומען צו קיין צרות ויסורים,
און דער רבי האט צוגעענדיגט בדברי ברכה מען זאל זוכה זיין צו 'תכלה שנה וקללותיה' עס זאל מער נישט זיין קיין היכשה במקל, נאר מען זאל זוכה זיין צו נתעורר ווערן לתשובה אן קיין צרות ויסורים, ביז מען וועט זוכה זיין לביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו - בראזיל.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן שמואל ב"ר אהרן וויינשטאק הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:30.
מוצ"ש איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן מאנטאג כי תבא,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו ובני משפחתו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א - רב דקהלתינו הק' בלינדען ניו דזשערזי וועלכע האט געוויילט אויף שבת בצל הקודש.
אויך איז אריין האדמו"ר מראדוויל מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם געווינטשן ברכת קדשו.
ארום 12:45 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די סיום מסכת קידושין דורך כתה מכינה לישיבה מיט די השתתפות פון די עלטערן און זיידעס פון די בחורים,
מען האט פארגעזינגען חרוזים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה לרגל סיום הזמן, און מעורר געווען ווייטער ממשיך צו זיין מיט לימוד התורה, און אויפשטיין פארטאגס לערנען, און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פאר די חשוב'ע עלטערן און זיידעס און פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א ספר על הגאולה ועל התמורה,
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
א גוטע וואך.
~🌴~