פרייטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג שופטים=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א בבנין גאלדשטיין אויף די רימונוב גאס.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם שאול יעקב פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יודא אשר ראטה הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן בעל ייטב לב זי"ע.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם אין היכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און הב' ישראל ב"ר יואל פאלאטשעק הי"ו האט געמאכט א סיום אויף מסכת יומא, און דער רבי האט געזאגט קדיש,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די מגידי שיעור און פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק לרגל סיום הזמן, און משלב געווען די שייכות פון מסכת יומא מיט חודש אלול, און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער רבי אראפ צו די תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יואל האלפערט שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה פאר די קינדער,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שריים פאר עטליכע אייניקלעך.
א גוט שבת.
~🌴~