דאנערשטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג שופטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ברי"ד לאנדא הי"ו.
ב"ר יואל גראס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ג פסוק ו'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בביתו נאוה קודש חבורות 'בית אולפנא' שע"י תלמידי שיעור ב' פון מתיבתא הק' סניף קדושת יואל אינאיינעם מיטן מנהל הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א, אפנעמען ברכת הקודש לרגל דאס מסיים זיין גאנץ ש"ס צעטיילט אין די גאנצע חבורה,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די סדר הלימודים, און די מנהל שליט"א האט איבערגעגעבן א קוויטל כוללות פון די חבורה, דערנאך זענען אלע בחורים אריבער און דער רבי האט געווינטשן ברכת קדשו.
ארום 3:50 האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי,
ארום 4:30 האט מען אנגעהויבן קבלת קהל בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול, במשך די זמני כניסה זענען אריין הונדערטער אידן אנשי שלומינו זקנים עם נערים לברך ולהתברך בפתקא ופדיון לקראת די ימים נוראים הבעל"ט.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן בעל ייטב לב זי"ע.
נאך מעריב האט דער רבי ווייטער אויפגענומען דעם ציבור לברך ולהתברך.
ארום 10:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין היכל הביהמ"ד צום עריכת שלחן הטהור לרגל די יומדה"ק,
נאך די פיש האט דער רבי מסיים געווען ששה סדרי משנה וועלכע איז געלערענט געווארן דורך די חברי הקהילה און דער רבי האט געזאגט די קדיש,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א - אב"ד סיגוט מאנסי בן הגה"צ אב"ד סאטמאר 15עוו. שליט"א,
ארום 11:00 אזייגער האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ודברי הדרכה פאר אנשי שלומינו אין מאנסי,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי יפלא ממך דבר' און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע און פון זיין געוואלדיגע צדקות און קדושה, און ארויסגעברענגט די זכי' וואס מען האט געהאט צו זיין די יאר אויף שבת אין סיגוט,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו הק' אין מאנסי, און בפרט פון בית מדרשינו הגדול ווי עס איז א תל תלפיות און עס גייט ארויס אזויפיל תורה ותפילה און צדקה וחסד,
און דערנאך ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדותינו הק' סיי ביי די ת"ת און סיי ביי די בית רחל ווי מען בויעט יעצט נייע בנינים, און אזוי אויך פאר די ישיבה קטנה, און ארויסגעברענגט אז מען האפט בקרוב צו עפענען א נייעם פלייש געשעפט פאר די שטארקע געברויך פון אנשי שלומינו,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון אנשי שלומינו אז רובא דרובא באלאנגען אינעם מחנה אלוקים און מכריז געווען אז "ווער ס'וויל האבן ערליכע דורות מוז באלאנגען אינגאנצען אין מחנה אלוקים"
און ארומגערעדט פונעם אסיפת נשים וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך אין קרית יואל פאר די טויזענטער נשים צדקניות און געבעטן אז מען זאל עס אויך מאכן אין מאנסי פאר אלע נשים צדקניות דקהלתינו הק' בראשות פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און דער רב שליט"א זאל משמיע זיין לדעת את הדרך אשר ילכו בה,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור נאכזאגענדיג פונעם בעל הילולא זי"ע וואס האט אנגעזאגט פאר די פטירה אז "כה תברכו את בני ישראל "אמור להם" אז דורכן זאגן תורה ומוסר וועט מען ווערן געבענטשט בכל מילי דמיטב.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א, נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות לכבוד עטליכע חתנים מאנשי שלומינו.
מען האט געענדיגט ארום 11:45.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז ארום 1:15 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יודל פערלשטיין הי"ו - ב"פ, און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן דינסטאג כי תצא אין בארא פארק,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' יודל הי"ו ובני משפחתו.
ארום 1:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל, אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים פלאץ ווי עס וועט בקרוב געעפענט ווערן די נייע לאקאל פאר די פלייש געשעפט דקהלתינו הק' אין מאנסי און הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו - מראה"ק האט צוגעוויזן פאר רבינו שליט"א די פלענער און דער רבי האט געווינטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~