מיטוואך שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך שופטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ישעי' זילבערשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"א פסוק ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
זמני כניסה איז געווען פון 5:45 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך בנש"ק הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו לע"נ דעם הייליגן אור החיים הק', און ווערט אריינגעגעבן דעם זונטאג כי תצא אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פילצאליגע פעולות פון הרה"ח ר' יודא הי"ו לע"נ פונעם הייליגן אור החיים הק', ובפרט איבער די חבורות אור החיים הק' וועלכע גייט אן אין די סניפי המתיבתא בנדבת הרה"ח ר' יודא הי"ו, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' יודא הי"ו ובני משפחתו.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל אברהם יעקב ברייער הי"ו און ר' יואל בר"א גאלדבערגער הי"ו,
און פון די מחותנים ר' נתן ברוינער הי"ו און ר' דוד שטוהל הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מעריב זענען אריין די תלמידי ישיבת עסק התורה סניף טשעסטער בהנהלת הר"ר שלמה לייב וויינבערגער שליט"א אינאיינעם מיט די רמ"י הישיבה מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן דעם קומענדיגן זונטאג כי תצא למקומות הקדושים קיין אייראפע,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה, און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים, און ווארעם אנגעווינטשן פארן מנהל און פאר די בחורים, און עקסטער פאר הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו - ר"מ בישיבה וועלכע פירט אן די נסיעה.
א גוטע נאכט.
~🌴~