דינסטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שופטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אשר זעליג בלייך הי"ו.
ב"ר ישראל לייב כהן הי"ו.
ביים דאווענען האט דער רבי געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצדיקת אשת חבר פון הרה"ק ר' ישראל יעקב יוקל זצ"ל מוואלאווא.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם אין היכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די מגידי שיעור און פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק לרגל סיום הזמן און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פארן גאנצן ציבור.
אין די פארמיטאג שעות האט זיך דער רבי באטייליגט ביים לויה פון הרה"ח ר' אברהם יושע ברי"י ווערצבערגער ע"ה וואס איז פארגעקומען ביי ביהמ"ד ברך משה.
ארום 2:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' הערשל בערקאוויטש הי"ו ע"פ אשתו ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יושע צבי גליק הי"ו לרפו"ש אויף ביקור חולים.
זמני כניסה איז געווען פון 5:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' משה מרדכי כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן לאדענען רבינו שליט"א צום שמחת החתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגן מיטוואך כי תצא אין בארא פארק, און דער רבי האט ווארעם געווינטשן ברכת קדשו.
ווי אויך איז אריין מחותנו הרה"צ ר' קלמן יושע באב"ד שליט"א - אב"ד דרוביטש ב"פ, אפנעמען ברכת קדשו פון רבינו שליט"א לקראת החתונה פון בתו הכלה, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. און ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~