מאנטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג שופטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ג פסוק ו'.
אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש בראשות הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד אבני צדק, הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים, און די ראשי הקהילה און חברי וועד הצניעות דקהלתינו הק', ווי דער רבי אינאיינעם מיט הרבנים הגאונים שליט"א האבן דן געווען א לענגערע צייט די תקנות ותיקונים גדולים בעניני הצניעות לנשים בקרית יואל, און דערנאך האט דער רבי אינטערגעשריבן אויף די תקנות, און דערנאך מכבד געווען די דיין שליט"א אינטערצושרייבן.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' חיים דוד פריעד הי"ו און ר' מאיר ברח"א שפיטצער הי"ו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישראל לייב כהן הי"ו און ר' יואל בר"ה בראך הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברי"י שווארץ הי"ו און ר' חיים טורנהיים הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי"ו און ר' יחזקאל גאלדשטיין הי"ו,
און פון די מחותנים ר' חיים משה כ"ץ הי"ו און ר' יואל ברי"ח גרינוואלד הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~