זונטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג שופטים=
~בדר"ח אלול~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל חיים משה מיללער הי"ו.
ב"ר יחזקאל משולם גלויבער הי"ו.
ב"ר שמואל אפרים גאלד הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא ווי דער רבי האט באשיינט די חגיגת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו,
דער רבי איז אנגעקומען אין ביהמ"ד 'בית יחיאל מיכל' און צום ערשט געדאווענט מנחה בחדר 'מאיר זעליג',
דערנאך איז דער רבי אריין אין היכל הביהמ"ד און דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש אין ביהמ"ד פאר א לענגערע צייט בהתלהבות אש, און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן די נדבן הרה"ח ר' יצחק זאב הי"ו און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין היכל הביהמ"ד, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ הקרי',
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן נדבן ומשפחתו, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה פון א הכנס"ת און די ברכות וואס דאס ברענגט מיט זיך,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט לענגערע דברי שבח פון די קריה 'קרית ויואל משה' ארויסברענגענדיג וויפיל תורה, תפילה, און צדקה עס קומט ארויס פון די קריה בכלל און פון די ביהמ"ד בפרט,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור און געווינטשן אז מען זאל מסיים זיין די זומער בכי טוב, און אהיימפארן בשלום, און האבן א כתיבה וחתימה טובה, און עקסטער אנגעווינטשן פארן נדבן ומשפחתו ברכות לרוב.
מען האט געענדיגט ארום 6:10.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר שרגא גאנדעל הי"ו און ר' יונה דוד פערל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' אהרן וויינשטאק הי"ו און ר' יעקב הערש פערל הי"ו, אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
זמני כניסה איז געווען פון 7:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יונה גוטמאן הי"ו און ר' יואל ברד"ל האלפערט הי"ו,
און פון די מחותנים ר' שמעון מסרי הי"ו און ר' יואל בר"י מזרחי הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~