שבת קודש פרשת ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ראה=
~שבת ר"ח אלול~
ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יושע גליק הי"ו - מאנסי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסד הק' קרן הצלה,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישראל בן הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' פסח עקשטיין הי"ו - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א - חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב אברהם רוקח שליט"א - חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ראה אנכי נותן היום ברכה וקללה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א - חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג ו' אלול.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א - דומ"ץ שכונת קעסקעיד וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטעלמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:55.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שרגא גאנדעל הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית און פארגעזאגט הלל מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: נכדי רבינו הרב אברהם רוקח שליט"א און הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א.
כהן: החתן מיכאל ב"ר ישראל לייב כהן הי"ו - באווארפען.
לוי: ר' אברהם פרענקל הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: החתן ישעי' גדלי' ב"ר שרגא גאנדעל הי"ו - באווארפען.
רביעי: ר' דוב לעבאוויטש הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: ר' יואל אלטר גאלדשטיין הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יואל בר"א אקער הי"ו.
שביעי: ר' מרדכי יצחק גפן הי"ו - וומ"ס.
אחרון: הר"ר יואל ווייס שליט"א - ב"פ, בן האדמו"ר מהארדענקא מאנטשעסטער שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' ישראל לייב כהן הי"ו.
מפטיר - די קריאה פון ר"ח: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אשר אנטשיל גאנדעל הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' פנחס אלי' ברוין הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לכבוד שבת ר"ח, ולרגל די יארצייט פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע וואס געפאלט פרייטאג ו' אלול.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה חיים פיש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי יצחק גפן הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 1:20.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט מען אויפגעגעבן א עקסטערע קוגל לכבוד שבת ר"ח.
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' יואל בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב אברהם רוקח שליט"א.
~
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו פרק פארלערנען ארום 6:55,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה ז', 'שבעה דברים בחכם וכו', און דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף פארשידענע מהלכים בדרך דרוש ואגדה ומוסר,
צום סוף האט דער רבי ארומגערעדט איבער די אסיפת נשים וואס איז פארגעקומען די וואך מאנטאג און ארויסגעברענגט לשבח די תושבי קרית יואל אז אפילו פערציג יאר נאך די פטירה פון רביה"ק זי"ע קומען זיך נאך צוזאם אזויפיל טויזענטער פרויען לשמוע את דבר ה' און זענען זיך מקבל קבלת טובות בעניני צניעות,
אזוי אויך האט דער רבי מעורר געווען אז מען שטייט שוין אין חודש אלול און מען דארף זען זיך צו פארבעסערן אין אלע ענינים,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור און נאכגעזאגט פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע אז עס איז דא תרצ"ו שעות אין חודש אלול, און דער רבי האט געזאגט אז 'המלך יעננו ביום קראנו' איז אויך בגימטריא 'תרצ"ו' און אויב וועט מען אויסניצן די תרצ"ו שעות פון חודש אלול וועט זיין 'המלך יעננו ביום קראנו' און מען וועט ניצל ווערן פון אלע צרו"ת.
מען האט געענדיגט ארום 7:55, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:10.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' אלי' שפיטצער הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם סאלינסקי הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הגה"צ רבי יואל שליט"א - רב דביהמ"ד בית ברוך.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יודל וויטריאל הי"ו - אנטווערפן.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו - ב"פ.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה' און ארויסגעברענגט אז הקב"ה מיט זיין געוואלדיגע חסד איז מוחל די עבירות וואס מען האט פארגעסן און מען טוט נישט תשובה אויב מען טוט תשובה אויף די עבירות וואס מען געדענקט יא, אבער בתנאי אז מען פירט זיך בחסד איינער מיטן צווייטן,
און דער רבי האט נאכגעזאגט אז די צירוף פון חודש אלול איז וצדק'ה תהי'ה לנ'ו כ'י, און דאס קומט זאגט אז ווען מען שטייט אין חודש אלול און מען טוט תשובה ווערט שווער אז לכאורה איז דאך דא עבירות וואס מען געדענקט שוין נישט און מען קען נישט תשובה טוהן? איז די עצה צו טוהן צדקה וחסד איינער מיטן צווייטן אזוי וועט זיך הקב"ה אויך פירן מיט מידת החסד און מוחל זיין אויף אלע עבירות,
און דער רבי האט ארומגערעדט לענגערע דברי מוסר והתעורורות אריינטרעטענדיג אינעם חודש אלול אז יעדער דארף זען זיך צו מקבל זיין קבלת טובות און תשובה טוהן אויף די חטאים און נישט ווארטן אויף די לעצטע מינוט,
און דער רבי האט צוגעענדיגט בברכת כתיבה וחתימה טובה בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ רבי יואל שליט"א.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע וואס געפאלט פרייטאג ו' אלול.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:35.
א גוטע וואך.
~🌴~