דאנערשטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ראה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה ברוך כ"ץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"י טייטלבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' בערל ווערצבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם שמואל יערמיאש הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 12:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת יו"כ קטן,
צום עמוד איז צוגעגאנגן הר"ר שמואל קרויס שליט"א - ר''מ בישיבה,
ביי די ווידוי פון רבינו ניסים האט דער רבי מאריך געווען מיט בכיות נוראות מען האט פארענדיגט אום 1:15.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א צום מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך משפחת הרה"ח ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן הי"ו אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה לע"נ בנם הב' אהרן פריעדמאן ע"ה ממציוני תלמידי הישיבה,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן פאר א לענגערע צייט ברשפי אש, און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן די זיידעס און משפחה, און די מנהל הישיבה, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
דערנאך ארום 8:20 איז דער רבי אנגעקומען בבית הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ווי דער רבי האט באשיינט די יערליכע מסיבה לטובת 'מוסד רב טוב' לטובת די פליטי אוקריינע,
עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס מיט די אנוועזנדע איבער די פילצאליגע פעולות פאר די פליטי אוקריינע, און איבער זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע פון פאר די קריג,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' אברהם הי"ו און פאר אלע אנדערע עסקנים.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:50 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די אפקויף פונעם גיגאנטישער שטח אין הארץ פון שכונת בלומינגראוו בגלילות קרית יואל ווי עס וועט בקרוב אויפגעבויט ווערן בית המדרש הגדול והחדש דקהילתינו הק' שכונות בלומינגראוו וואס עס וועט אינהאלטן א פראכטפולע היכל ביהמ''ד, חדרי התפילה, עזרת נשים, בית הוראה, גמ''ח מקוה טהרה, היכל התורה מיט אלע ציגעהערן,
ביים לחיים זענען אנוועזענד געווען די ראשי קהלתינו הק' און די חברי הנהלת הקריה בלאמינגראוו אין שפיץ פון הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דקהלתינו הק' בלאמינגראוו,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די ווייטערדיגע פלענער להרחבת גבולי הקדושה אין בלאמינגראוו, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אביגדור הערשקאוויטש הי"ו און ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר בעריש גראס הי"ו - מאנטריאל און ר' שמואל לאנדא הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג המשפיע ר' יצחק משה ערלאנגער שליט"א פון ארה"ק און דער רבי האט ווארעם געווינטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~