מיטוואך ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ראה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' פנחס לוי ווידער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' בנימין שלאגער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יוסף גאלדמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יעקב ווייס הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הר''ר יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א.
ב''ר יואל הערשקאוויטש הי''ו.
ב''ר ישראל מרדכי שטערן הי''ו.
ב''ר פנחס מענדלאוויטש הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל יג' פסוק ו'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך די תלמידי הישיבה און דורך משפחת הרה"ח ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן הי"ו לע"נ בנו הב' אהרן פריעדמאן ע"ה ממציוני תלמידי הישיבה, און ווערט אריינגעגעבן מארגן דאנערשטאג בהיכל הישיבה,
ביים מעמד האט מען געזינגען ניגוני התעורורות וניגוני דביקות התורה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו מיט דברי חרוזין לכבוד המעמד ודברי הערכה אויפן חשובן נפטר ה"ב אהרן ע"ה,
דערנאך האט די מנהל שליט"א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א ספר מיט די נעמען פון די תלמידי הישיבה וועלכע האבן געלערענט צען טויזענט שעה אלץ הכנה צום הכנסת ספר תורה,
דערנאך האט דער רבי אריינגעשריבן די לעצטע פאר אותיות אינעם ספר תורה, און בשעת דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות האט מען ממשיך געווען מיט די ניגוני התעורורות,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר די משפחה און פאר די רמ"י הישיבה און פאר אלע תלמידי הישיבה, און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פונעם מעמד,
דערנאך האט דער רבי געמאכט הגבה אויפן ספר תורה און געטאנצן פאר א לענגערע צייט מיטן אפענעם ספר תורה,
מיט גלילה איז מכובד געווארן די טאטע הרה"ח ר' מענדל הי"ו,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן ריקוד קודש מיטן ספר תורה און געטאנצן בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן די טאטע און די זיידעס און די רמ"י הישיבה,
מען האט געענדיגט ארום 8:00 אזייגער.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אליעזר מרדכי ראזענטאהל הי"ו פון לעיקוואד,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געווינטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:10 אויפדערנאכט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו און ר' יואל זאלדאן הי"ו,
און פון די מחותנים ר' יעקב יחזקי' היימליך הי"ו און ר' אפרים טייטלבוים הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א - אבד"ק שאץ מאנסי ונשיא מוסד נועם אלימלך עטה''ק בבני ברק,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער מוסדות החינוך עטה"ק בארה"ק, און בפרט איבער ת"ת נועם אלימלך עטה"ק בבני ברק ווי דער רב שליט"א איז נושא בעול, און דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט לשבח די גרויסע נתינות וואס מען באקומט פון די תושבי קרית יואל,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם געווינטשן ברכת קדשו, און דער רבי האט געגעבן ספרו לב אהרן עה"ת און ארויסבאגלייט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~