דינסטאג ראה-כ''ו אב יומא דהילולא קדישא פון רביה''ק זצוקללה''ה,
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג ראה-כ''ו אב יומא דהילולא קדישא פון רביה''ק זצוקללה''ה,
רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה על קברו - ישיבה גדולה סניף דברי יואל, סמוך ונראה צום ציון המצוינת קודש הקדשים פון רביה"ק זצוקללה"ה ווי עס האבן מיטגעדאוונט מיטן רבי'ן צענדליגער בעה"ב ואברכים ובחורי חמד ווי אויך פילצאליגע געסט פון איבער די גארער וועלט,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו,
ב"ר יואל בר"א ראזענבערג הי"ו,
דערנאך האט דער רבי געצינדן ליכט לע''נ רביה''ק זי''ע,
דער רבי האט פארגעזאגט ברכות ווי טאג טעגליך, דערנאך איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ברכות נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ ר' ברוך שליט"א - חדב"ן,
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה לע''נ רבינו הק' זי''ע, צו תהילים איז צוגעגאנגען נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים, נאכן דאווענען ארום 12:00 אזייגער איז פארקומען די מסיבת לחיים לפני העלי' לציון ברוב עם הדרת מלך, ווי דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי מסיים געווען ששה סדרי משנה וואס איז געלערענט געווארן דורך די תלמידי הישיבה, און דער רבי האט געזאגט קדיש,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברי התעוררות וחובת השעה במשנת בעל ההילולא איידערן פוקד זיין דעם ציון הקדוש און צוגעענדיגט מיט ווארעמע ברכת קודש פארן גאנצן ציבור.
נאכן מסיבת לחיים ארום 12:50 פארמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון פון רביה"ק זי"ע אינאיינעם מיט פילצאליגע תלמידי הישיבה ואנשי שלומינו,
דער רבי איז אריינגעקומען אין אוהל הק' און געצינדן פינף לעכט מיט א נשמה לעכט, און מכבד געווען בנו הגה''צ אב''ד ור''מ דקהילתנו הק' וויליאמסבורג צו צינדן, דער רבי האט געזאגט די תפלה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זי"ע און די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז כנהוג, דערנאך האט דער רבי געלערענט משניות און געזאגט קדיש דרבנן,
דערנאך האט דער רבי געליינט די קוויטלעך פאר א לענגערע צייט, צווישן אנדערע האט מען איבערגעגעבן די פעקל פון טויזענטער קוויטלעך געשריבן דורך די נשים צדקניות ביים אסיפת נשים נעכטן אויפדערנאכט, בשעת דער רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא, דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע וויילע,
מען האט געענדיגט ארום 1:45.
אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה חברי וועד להוצאת ספרי רבינו ווי האבן געצייגט די נייע ספר 'לב אהרן - חידושים' על מסכת ראש השנה - סוכה וועלכע איז נארוואס ארויס פון דרוק,
דער רבי האט עס איבערגעקוקט מיט התרגשות און געזאגט "ברוך שהחינו וקימנו לזמן הזה" און ווארעם אנגעווינטשן פאר די עוסקים במלאכת הקודש.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. פארן דאווענען האט די רבי געצינדן ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומא דהילולא קדישא,
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום עריכת שלחן הטהור וסעודת הילולא, נאכן זיך וואשן האט דער רבי געמאכט די סיום הש"ס וששה סדרי משנה געלערענט געווארן דורך די חברה ש"ס דקהלתינו הק' און דערנאך געזאגט די קדיש,
נאך די פיש האט רבינו שליט"א געווינטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל' , דערנאך האט מען אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלים, במשך די גאנצע טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגעין וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא,
מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א מהוניאד,
ארום 9:45 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש וחובת השעה בענינים העומדים על הפרק במשנתו של בעל הילולא, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן היום ברכה וקללה' און עס אריינגעטייטשט במשנת בעל הילולא, און ארומגערעדט איבער די גדלות וצדקות פון רביה"ק בעל הילולא זי"ע און די פעולות לרוב וואס רביה"ק האט אויפגעטוהן בכלל ובפרט,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די כינוס לנשים וועלכע איז פארגעקומען נעכטן אינעם שאטער בחצר הביהמ"ד פאר די טויזענטער נשים צדקניות, און ארויסגעברענגט לשבח די עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן בגוף ובממון, און די נחת רוח וואס רביה"ק האט בעולם העליון פון די פילע קבלת טובות וואס די נשים צדקניות האבן זיך מקבל געווען בעניני צניעות אויף וואס רביה"ק האט אזויפיל מעורר געווען, און דער רבי האט ארויסגעברענגט 'כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל' אז צו די פרויען דארף מען רעדן בלשון רכה און צו די מענער בלשון עזה, און געזאגט אז עס איז א חרפה און א בושה אז עס איז דא מענער וואס מאכן קאלט די פרויען און פארלאנגען קולות פון זיי, אדרבא מען דארף זיי מחזק זיין, און זיך אליינס פארבעסערן מיט וואס מען קען בעניני צניעות ובעניני טעכנעלאגיע וכו' אזוי אז מען זאל קענען באלאנגען אין די מחנה אלוקים, און נאכגעזאגט אז אויף צניעות באקומט מען שכר אויף די וועלט,
און דער רבי האט געזאגט אז בזכות פון די קבלת טובות וועט מען געהאלפן ווערן בכלליות ובפרטיות, בפרט אין די תקופה וואס מען שטייט יעצט און מען דארף האבן אסאך רחמי שמים סיי בעניני חינוך וואס מען דארף האבן רחמים אין ניו יארק און אין ענגלאנד, און סיי אין ארצינו הק' ווי מען דארף האבן רחמים בעניני גיוס בני ישיבות, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די פטירה פון כ"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע חלל און מען דארף האבן אסאך סיעתא דשמיא אז די עדה החרדית זאל ח"ו נישט חרוב ווערן,
און דער רבי האט ארומגערעדט אז מען דארף זען צו מחזק זיין די מוסדות אין ארץ ישראל וואס נעמען נישט קיין געלט פון די ממשלה וואס כמה גדולים דברי חכמים וואס האבן געווארענט אז אויב מען וועט נעמען געלט וועט מען מאכן שינוים אין די לימודים אזוי ווי מען זעט עס שוין בחוש ביי פארשידענע מוסדות וואס נעמען געלט פון די ממשלה הטמאה און מען מאכט שוין שינוים לרעה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די התחייבות פון תלמידי רביה"ק צו שטיצן מוסדות יטב לב בארצינו הק' אויף וואס רביה"ק האט זיך אזויפיל מוסר נפש געווען,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די מתיבתא הק' מיט אירע קרוב צו טויזענט תלמידים, און געבעטן אנשי שלומינו עס צו שטיצן ברוח נדיבה,
און דער רבי האט צוגעענדיגט אז מען שטייט ביומא דהילולא קדישא און מען האפט אז רביה"ק איז עומד ומתפלל פאר אונז געהאלפן צו ווערן בכל מילי דמיטב עד ביאת הגואל בב"א.
נאך די דברות קודש האט רבינו שליט"א געבענטשט על הכוס.
מען האט געענדיגט ארום 10:50.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
"זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל".
ארום 11:45 אויפדערנאכט האט זיך דער רבי באטייליגט ביים לויה פון האשה הח' אשת הרבני הנגיד ר' יצחק זאב וויינשטאק הי"ו מגדולי תומכי מוסדותינו הק' איבער די גארער וועלט,
שפעטער איז דער רבי צוריקגעקומען צום טהרה שטיבל ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען די אבילים וועלכע זענען געזעצן דארט שבעה.
א גוטע נאכט.
~🌴~