מאנטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ראה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי אפרים פישל סופר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ברוך סימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל גליק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל גאנץ הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 9:10 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום גיגאנטישן שאטער שע"י ביהמ"ד הגדול צום מעמד "אסיפת נשים צדקניות" ווי עס זענען געווען פארזאמעלט טויזענטער נשים צדקניות פון איבער גאנץ קרית יואל והגלילות, און איז באשיינט געווארן דורך די רבני ודייני קהלתינו הק' אין שפיץ פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
עס האט ממשיך געווען מיטן דרשה הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א,
"קול ה' בכח קול ה' חוצב להבות אש"
ארום 9:20 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די לענגערע דברות קודש פאר איבער אנדערהאלבן שעה און משמיע געווען די משא המעמד,
דער רבי האט זיך געשטעלט אופן פסוק 'האזינו השמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי' און געטייטשט אז דורך אויסהערן די רייד אין זיך מקבל זיין קבלת טובות איז מען זוכה אז די תפילות ווערן אנגענומען, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען שטייט ביומא דהילולא פון רביה"ק זצוק"ל די מייסד העיר און רביה"ק האט געמאכט די קרי' על שמו און עס איז כדאי אז אלע תושבים זאלן געדענקען צו גיין אין זיינע דרכים וויאזוי ער האט געוואלט מען זאל זיך פירן,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די זכיה פון זיין א אידישע מאמע און א חסידישע פרוי און איבער די חיוב פון זיין לכתחילה'דיגע אידן און שטיין ווייט פון די אידישע גויאישע גאס וואס איז כולל מלבושים פון די קאפ ביז די שיך, דער רבי האט אויסגערעכענט בפרטיות די קאפ צודעק, שערן די האר, פארבן די פנים, די לענג פון די קליידער, די זאקן, וכו' און די שכר וואס מבאקומט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט און ח''ו די עונש אויף פארקערט,
דערנאך האט דער רבי מעורר געוועהן איבער די גע'אסר'טע שייטלעך, און די צודעקן, און איבער די שנורעל'ס וכדומה, און אויפגעפאדערט אנצוטוהן די אינגלעך חסידיש בכל פרטיה ודקדוקיה, און מעורר געוועהן צו זיין אפגעהיטן פון אלע כלים הטמאים בכל שם דאית ליה, און דערנאך ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די צוויי מחנות בתוכינו די מחנה אלוקים און די מחנה המגושמים,
און געזאגט אז צו באלאנגען אינעם מחנה אלוקים דארף מען זיין א פשרה'לאזע איד! נישט טון זאכן וואס איז ביי אונז אפגעפרעגט, און מעורר געוועהן אז נישט יעדע פרוי וואס גייט מיט א חסידישע לבוש איז פון די מחנה אלוקים נאר מ'דארף בפנימיות זיין ערליך, מדקדק זיין בקלה כבחמירה, און אויף דעם איז געזאגט געווארן טובים השנים מן האחד,
און דערנאך האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע און פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע וואס האבן צוגעזאגט ישועות ורפואת פאר די וואס מאכן קבלת טובות אין צניעות, און אויסגערופן בקול חוצב 'מקען צוזאגן אז ס'וועט זיין ישועות פאר די וואס זענען זיך מקבל קבלת טובות אין צניעות', און געזאגט אז די איסור פון די עכטע האר שייטלעך גייט נאך אן און ווער ס'האט מקיל געוועהן איז יעצט די צייט מקבל צו זיין! און דער רבי ארויסגעברענגט אז ווען א איד האט א צרה גייט ער ארויף צום ציון הק', דער רבי זי"ע פארלאנגט מזאל גיין אין זיינע דרכים! דער רבי זי"ע האט גערופן ביי האר 'וויי האר' פאר אפאר האר פארלירט מען ביידע וועלטן! דער רבי איז א גברא דקפדנא ער האט געזאגט "ווער עס גייט מיט ביי האר בין איך נישט מוחל"! ווי קען זיין אפי' איינער זאל נישט מורא האבן פון זיין קפידא?
דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואנטשן פאר א לענגערע צייט אז בזכות דעם וועט מען זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות וכל הברכות וישועות וואס מ'דארף ברוחניות ובגשמיות עד ביאת גואל צדק בב"א.
דער רבי האט געענדיגט די דב"ק ארום 11:00 אזייגער, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א מיט די החלטת האסיפה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון רביה"ק זי"ע.
א גוטע נאכט.
~🌴~