זונטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ראה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יוסף לייב ווייס הי"ו.
ב"ר יואל לאנדא הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר ברוך ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הר"ר ברוך שטערן הי"ו - וומ"ס בבית זקנו הרה"ח ר' ישראל בנציון ווערצבערגער הי"ו אויף רעיוואד, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי געפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הנגיד ר' אליעזר שיינער הי"ו ע"פ אמו ע"ה.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א התרגשות'דיגע מסיבת לחיים ומעמד חתימת שטרות ווי הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו האט אפגעקויפט די זכות שם הבנין פון בנין החדש פון תלמוד תורה אין מוסדותינו הק' אין מאנסי פאר די אסטראנאמישע סכום פון פינף מיליאן דאלער!
די מעמד איז געווען מיט די השתתפות פון בני משפחתו און די הנהלת מוסדותינו הק' פון מאנסי און הגה"צ אבד"ק ור"מ מאנסי שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט פארשידענע פעולות לרומם קרן מוסדותינו הק' אין מאנסי, דערנאך האט דער רבי אינטערגעשריבן די שטרות און געמאכט א לחיים און גאר ווארעם אנגעווינטשן פארן חשובן נדבן שיחי' ובני משפחתו.
ארום 8:15 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד אבני צדק צום צענטראלן שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבוד רבינו שליט"א ולכבוד חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור, ביים שבע ברכות האט זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן גאנצן אויבנאן, דערנאך האט דער רבי געטאנצן עקסטער מיט האדמו"ר מספינקא שליט"א,
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן די מחותן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
ברכות ראשונות: די זיידע הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א,
ברכה אחריתא: די מחותן הרה"צ ר' חיים מאיר ארנסטר שליט"א,
נאכן בענטשן האט הרה"ח ר' אבא ווינקלער הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות,
מען האט געענדיגט ארום 9:20.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:50 אויפדערנאכט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל ברי"א שטיין הי"ו און ר' דוד אונגאר הי"ו,
און פון די מחותנים ר' יואל טייכמאן הי"ו און ר' יואל ברי"ש קאהן הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~