שבת קודש פרשת עקב ~שבת מבה"ח אלול~ שבת שבע ברכות של נכד רבינו החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט"א בן הגה"צ רב…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת עקב ~שבת מבה"ח אלול~ שבת שבע ברכות של נכד רבינו החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א=
ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אין באגלייטונג פונעם חתן ומחותנים, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"צ ר' מאיר יצחק הורוויץ שליט"א - אב"ד לינסק ב"פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:45.
נאכן דאווענען האט הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו - משמש אויסגעריפן אז בפקודת הקודש זאלן זיך אלע נשים צדקניות דקהלתינו הק' באטיילונגען ביים אסיפת נשים דעם מאנטאג אינעם שאטער שע"י ביהמ"ד הגדול, ווי אויך איז פארגעקומען די אפיעל פאר ת"ת נועם אלימלך בבני ברק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"צ ר' הערשל אשכנזי שליט"א - רב בית מדרשינו דברי יואל וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הרה"צ ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד מאגלעניץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק פון די הפטורה 'הביטו אל אברהם אביכם ואל שרה תחוללכם' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ואגדה ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון יעדע משהו אין עבודת השם.
קה אכסוף: הרב יוחנן פנחס טווערסקי שליט"א - מאנטשעסטער.
ברכת המזון: די זיידע הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א.
ברכות ראשונות: הרה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א - אב"ד מאור חיים ב"פ.
ברכה אחריתא: הר"ר פנחס שלום אייכענשטיין שליט"א - אב"ד חודרוב שיקאגא.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' יואל בר"י טייטלבוים הי"ו.
דערנאך האט די בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער אויפגעריפן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה, און דערנאך האט רבינו שליט"א מרקד געווען לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן.
דערנאך האבן געטאנצען לפני הכלה די זיידע הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א און די מחותנים אבי החתן שליט"א ואבי הכלה שליט"א.
דערנאך האט מען געזינגען אז ביום השביעי, און דער רבי איז געטאנצן אינעם רינג בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן חתן ומחותנים ובני המשפחה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:30.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליב הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שלום ווייסמאן הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' אברהם יצחק קאהן הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
שלישי: הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א.
רביעי: החתן נכד רבינו הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט"א.
חמישי: הרה"צ ר' זלמן אשכנזי שליט"א - אב"ד אויסטילא.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' חנני' סופר הי"ו.
שביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
הוספות:
החתן אלטר הערש ב"ר יונתן בנימין וויינגארטן הי"ו.
החתן ב"ר יושע וואלף שווארטץ הי"ו.
החתן געציל הערש ב"ר ישראל אלימלך ווייסמאן הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' משה חיים ווייס הי"ו - מנהל מוסדותינו הק, בני ברק.
מפטיר: הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ח ווייס הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון דודו רביה"ק זי"ע דעם קומענדיגן דינסטאג כ"ו אב.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרב יוחנן פנחס טווערסקי שליט"א - מאנטשעסטער.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:20.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע וואלף שווארטץ הי"ו - מאנסי.
כהן: הרב אהרן מאיר קאהן שליט"א - מאנטשעסטער.
לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הגה"צ ר' נתן דוד ראזענבערגער שליט"א - אב"ד גמזו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שמשון ווייס הי"ו - לאנדאן.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה חיים ווייס הי"ו - בני ברק.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק פון די הפטורה הביטו אל אברהם אביכם ואל שרה תחוללכם און ארויסגעברענגט אז אברהם אבינו האט אריינגעברענגט א קדושה אין יעדע מענטש וואס האט געגעסן ביי אים, און די מענטשן זענען צושפרייט געווארן אין די גאנצע וועלט און איבערגעלאזט א רישומא דקדושה אז ווען א איד זאל אנקומען דארט זאל ער האבן א כח פון אברהם אבינו און דורך דעם זיך קענען האלטן אינעם לאנגן גלות, און מיט דעם האט די נביא געטרייסט כלל ישראל אז לכאורה ווי אזוי גייען די אידן זיך קענען האלטן אין גלות 'הביטו אל אברהם אביכם' וואס אברהם אבינו האט אריינגעלייגט השפעה דקדושה אין יעדע מענטש האוכל על שלחנו און עס פארשפרייט אין די גאנצע וועלט און מיט דעם וועלן זיך כלל ישראל האלטן עד ביאת הגואל בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני שמחה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון דודו רביה"ק זי"ע דעם קומענדיגן דינסטאג כ"ו אב.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:45.
א גוטע וואך.
~🌴~