דאנערשטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג עקב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר מענדל פישער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה יודא מענדלאוויטש הי"ו.
ב"ר מאיר מרדכי בודק הי"ו.
ב"ר חיים יצחק ניישטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישראל חיים ווייסמאן הי"ו און ר' יואל ברמ"ח ווייס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישכר בעריש מייעראוויטש הי"ו און ר' יואל בערגער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן זונטאג שופטים אין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' יצחק זאב הי"ו ובני משפחתו.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל ברא"ט קויפמאן הי"ו און ר' יואל בר"ש ווערצבערגער הי"ו,
און פון די מחותנים ר' יואל בר"ה פריעדמאן הי"ו און ר' אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ווי אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן,
דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם אנגעווינטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~