מיטוואך עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך עקב=
אינדערפרי נאך די מקוה ארום 9:20 האט זיך רבינו שליט"א ארויס געלאזט אויפן וועג צום מחנה רב טוב - בחורים קעמפ אין סוואן לעיק, דאווענען תפלת שחרית מיט די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון וומ"ס און ב"פ.
דער רבי איז אנגעקומען אין קעמפ ארום 10:10 ביים אנקומען האט דער רבי באגריסט הרה"ח אהרן ווייס הי"ו - מנהל המחנות.
דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יוחנן מאנן הי"ו.
ב"ר יואל שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז דער רבי אריבער אינעם דערנעבנדיגן לידזשער לעיק קאנטרי בחצר הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' אהרן הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פונעם מקוה בבית מדרשינו אין שכונות קוועיקער היל בגלילות קרית יואל,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' אהרן הי"ו ובני משפחתו.
ארום 2:00 אזייגער איז דער רבי צוריק אנגעקומען צו די בחורים קעמפ אין סוואן לעיק ווי דער רבי איז געגאנגען זיך אומקוקן אויף די לימודים צום ערשט אינעם ביהמ"ד פון תלמידי וומ"ס בהנהלת הר"ר יודא בער טעללער שליט"א, ווי דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די טישן און זיך מפלפל געווען און די לימודים מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט.
דערנאך איז דער רבי אראפ אינעם ביהמ"ד פון די תלמידי בארא פארק בהנהלת הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט.
אויפן וועג ארויף איז דער רבי אריבער צו די ילדי המחנה ווי דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר די קינדער.
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים אין ביהמ"ד, מען האט געזינגען חרוזים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט ארומגערעדט לענגערע דברי הדרכה און ארויסגעברענגט אז מען דארף טוהן מצוות מיט חשק און זריזות און נישט זיכן קיין באקוועמע אידישקייט און ארומגערעדט די חשיבות פון לערנען פארן דאווענען און צוגעענדיגט מיט ברכת קודש פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים.
מען האט געענדיגט ארום 2:40.
ארום 2:50 איז דער רבי אנגעקומען צום מחנה רב טוב - מחנה נתן צבי אין מאנטיסעלא ניו יארק,
דער רבי איז ארומגעגאנגען צו די בתי מדרשים פון סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א,
סניף הר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א,
סניף הר"ר זרח שפירא שליט"א,
סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א,
און פאר קרוב צו א שעה ארום שפאצירט צווישן די קינדער זיך אומקוקנדיג ווי אזוי זיי לערנען, און זיך מפלפל געווען מיט די קינדער און די לימודים.
דערנאך האט דער רבי באזוכט ביי די חדרים כתות א' ב' ג' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים שעפנדיג א שטארקע קורת רוח.
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים אינאיינעם מיט אלע קינדער אינעם חדר האוכל ווי די קינדער האבן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע,
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש ודברי מוסר און ארויסגעברענגט די חשיבות פון מדות טובות ארויסצוהעלפן א צווייטן סיי אין קעמפ און סיי אינדערהיים און די גנות פון מדות רעות און פארענדיגט בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים און געהייסן פאר אלע קינדער.
פארן פארלאזן די מחנה האט דער רבי באגריסט די אייניקלעך תלמידי המחנה און זיי געבן טאשן געלט כפי מנהג אביו זי"ע.
מען האט געענדיגט ארום 4:40 און דער רבי האט פארלאזט די קעמפ בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ.
ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין מחנה בית רחל ווי עס איז פארגעקומען א מעמד הנחת אבן הפינה פאר א נייעם דארמיטארי בנין וואס וועט קווארטירן קרוב צו פיר הונדערט תלמידות,
דער רבי איז תיכף צוגעפארן צום פרייען פעלד ווי עס זענען געווען פארזאמלט אלע תלמידות,
און די הנהלה רוחניות וגשמיות און אזוי אויך די תלמידי הכולל שע"י המחנה,
צום ערשט האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א - מנהל בית רחל און ווארעם באגריסט רבינו שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די מיידלעך ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון טוהן חסד איינער מיטן צווייטן און אויסגעדריקט ברגשי לבבו די גוטע גריסן וואס מענטשן גיבן איבער איבער די חסד פון די תלמידות איינער מיטן צווייטן, און ארומגערעדט איבער די נייע בנין וואס ווערט געבויעט און ארויסגעברענגט לשבח פון די הנהלה גשמיות וואס שטייט צו די האנט מיט וואס מען דארף און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר די תלמידות און פאר די הנהלה רוחניות וגשמיות און פאר די נדבני הבנין,
דערנאך האט הר"ר אלי' שלמה שליט"א פארגעזאגט די פרקי תהילים קאפיטל ל' און קכ"א וואס דער רבי ז"ל האט איבערגעגעבן אז מזאל זאגן ביים הנחות אבן הפינה ביים ביהמ"ד הגדול ק"י קיץ שנת תשל"ו לפ"ק, און דער רבי האט געלייגט ציגל און געגאסן די צעמענט און מתפלל געווען א תפילה חרישה פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מהנהלת המוסדות בק"י ומראשי המחנה,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די רבני המחנה און די הנהלה גשמיות און די נדבנים צו גיסן די אבן הפינה, דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע חברי הכולל פון די כולל פונעם מחנה ספרו לב אהרן - דברים און ווארעם געווינטשן ברכת קדשו,
דער רבי האט פארלאזט די קעמפ ארום 5:45 און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יעקב משה ווערצבערגער הי"ו און ר' אברהם שמואל גוטמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל פאלאק הי"ו און ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו,
און פון די מחותנים ר' שלמה אלי' ווייס הי"ו און ר' יואל ברא"מ פאלקאוויטש הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מעריב האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי באשיינען די שמחת החתונה בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א - אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ מאנסי,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:50, דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים, און די גרויסע זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און דערנאך אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס און מחותנים, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ עקסטער מיט גיסו האדמו"ר מסקווירא שליט"א, און דערנאך מיט האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, און דערנאך מיט ידידו הגה"צ רבי יעקב אלי' שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 1:15 און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~