דינסטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג עקב=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם יונה שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אין באגלייטונג פון גיסו הרה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א ובני משפחתו.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יודא הערש שווארטץ הי"ו און ר' חיים מאיר ווייס הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישראל לאנדא הי"ו און ר' יודא לייב לאוב הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
דערנאך ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אויף ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א בבית הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבה לטובת מוסד חסד לאברהם סקולען,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, און סקולענע רבי שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט געווינטשן ברכת קדשו, און עקסטער געווינטשן פאר הרה"ח ר' יודא הי"ו ובני משפחתו.
ארום 8:45 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די פריוואטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה, ווי עס איז געלאדענט געווארן די חברה קדישא דקהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק,
רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו און פארגעשטעלט די זכי' וואס די חברה קדישא האבן צו זיין די געלאדענטע געסט ביים פריוואטן שבע ברכות אינאיינעם מיט מרן רבינו שליט"א,
נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן גאנצען ציבור,
במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן עטליכע פון די חברה קדישא און פארגעלייגט פארשידענע שאלות בעניני חברה קדישא וואס מאכן זיך כסדר וואס רבינו שליט"א האט געענטפערט און אויסגעשמועסט באריכות בטוב טעם ודעת.
צווישן אנדערע האבן אויפגעטרעטן הר"ר חיים אלעזר שפיטצער הי"ו, הרה"ח ר' יצחק ברוך ברוין הי"ו, הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו, הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו, און נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט לענגערע דברי הדרכה פאר די חברה קדישא, און משלב געווען די ענין פון קידושין מיט חברה קדישא, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע חברה קדישא בברכת ובלע המות לנצח בביאת גואל צדק בב"א.
דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט.
פאר ברכת המזון האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו מיט דברי בדחנות.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש דקהלתינו הק' וומ"ס ומראשי חברה קדישא.
ברכות ראשונות: הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א - אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל.
ברכה אחריתא: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו מראשי חברה קדישא.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~