שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו=
~שבת של שמחה שבת עלי' לתורה של נכד רבינו החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט"א בן הגה"צ רבי העניך שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד אבני צדק עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' חיים מאיר ערענסטער שליט"א רב דקהילת וויזניץ במאנטשעסטער~
לרגל די שמחה האט דער רבי געדאווענט די תפילות ליל שבת און מעריך געווען שלחנו הטהור אין ביהמ"ד אבני צדק בשכונת עצי תמרים.
ביים זמן הדלקה"נ איז דער רבי אנגעקומען בבית חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, דער רבי האט אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן אברהם עיבר ב"ר יודא הערש שווארטץ הי"ו, און פאר החתן אביעזר מרדכי ב"ר יואל בר"א שווארטץ הי"ו.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר נכדו החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט"א,
דערנאך האט זיך דער רבי אין באגלייטונג פונעם חתן ומחותנים און א ציבור אנשי שלומינו ארויסגעלאזט אויפן וועג צום בית המדרש בשירה וזמרה כנהוג.
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א - מאנטיסעלא.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און ווינטשן מזל טוב, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און די חתן ומחותנים ובני המשפחה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' ירושלים.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ואתחנן אל ה' בעת ההוא לאמר און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין עשה לפני הדיבור דוחה לא תעשה לאחר הדיבור.
קה אכסוף: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
ברכת המזון: די מחותן הרה"צ ר' חיים מאיר ערענסטער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' סענדער'ל קאמארנער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג כ"א אב.
דער רבי האט מכבד געווען הרה"צ ר' יעקב שמשון ערענסטער שליט"א פון ירושלים צו פארזינגען רחם.
קה רבון עלם: הרב ברוך ערענסטער שליט"א - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' ברוך מרדכי אקערמאן הי"ו.
אז ביום השביעי: הר"ר שלמה הערש ראזענפעלד שליט"א - וומ"ס, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:40, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א - ב"פ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אייזיק הערש שפילמאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' יעקב שמשון ערענסטער שליט"א.
כהן: ר' מאיר זלמן כהן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: הרה"ח ר' שלמה ברא"ח ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: נכד רבינו החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט"א, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
רביעי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
חמישי: הרה"צ ר' חיים מאיר ערענסטער שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' דוד דוב וויינבערגער הי"ו.
ר' חיים אלעזר שווארטץ הי"ו.
ר' חיים הערש מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס.
ר' אליעזר מאיר סאמעט הי"ו.
שביעי: הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
הוספה: החתן אלטר הערש ב"ר יונתן בנימין וויינגארטן הי"ו - באווארפען.
אחרון: החתן חיים יחזקאל ב"ר ליפא שפילמאן הי"ו - באווארפען.
מפטיר: הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' ירושלים שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' ארי' אשר שטעסל הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' מרדכי גימפל וויינגארטן הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען די מחותן הרה"צ ר' חיים מאיר ערענסטער שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:45.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא בהיכלי הפאליש בביהמ"ד לרגל די שמחת עלי' לתורה,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות אין פיש,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק לרגל די שמחה ארויסברענגענדיג די טעם פארוואס א חתן איז עולה סיי די שבת בעפאר די חתונה און סיי די שבת נאך די חתונה, מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
~
די סעודה שבת בייטאג האט דער רבי געגעסן אינעם זאל בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. אינאיינעם מיט די חתן, מחותנים, ובני המשפחה,
דער רבי האט מכבד געווען מיט ברוך ה' יום יום: הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
ברוך קל עליון: הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "נחמו נחמו עמי יאמר אלוקיכם" און געפרעגט אז לכאורה דארף שטיין אומר נישט יאמר?
האט דער רבי געזאגט ביי מתן תורה האט הקב"ה מקדש געווען כלל ישראל און עס איז דא א חיוב פון בעל לאשה צו אויסלייזן במילא דארף הקב"ה אויסלייזן כלל ישראל פון גלות,
אבער לכאורה איז די מעות קידושין געווען דאס אז הקב"ה האט אויסגעלייזט כלל ישראל פון מצרים איז דאך עס א מקדש במלוה און מען פסק'ענט המקדש במלוה אינה מקודשת?
האט דער רבי געזאגט אז ר' מאיר האלט המקדש במלוה מקודשת, און דער רבי האט געטייטשט 'נחמו נחמו עמי' די נביא האט געטרייסט כלל ישראל אז הקב"ה גייט אויסלייזן כלל ישראל פון גלות מדין חיוב בעל לאשה, אבער לכאורה האט די קידושין נישט חל געווען ווייל עס איז א מלוה? "יאמר אלוקיכם" 'יאמר' איז אותיות 'מאיר' און ר' מאיר האלט אז המקדש במלוה מקודשת במילא דארף הקב"ה אויסלייזן כלל ישראל פון גלות,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט"א.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרב יצחק טווערסקי שליט"א - ירושלים.
כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א - דומ"ץ סאטמאר לעיקוואד.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' מרדכי פרענקל הי"ו - מאנטריאל.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק 'נחמו נחמו עמי יאמר אלוקיכם' און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז בזכות פון דעם אז אידן האלטן זיך אין די אמונה אפילו אין גלות דורך דעם וועט מען ווערן אויסגעלייזט פון גלות, און דער רבי האט נאכגעזאגט אז 'נחמו נחמו' איז בגי' 'לחם עני' וואס דאס קומט זאגן אז בזכות פון מצוות מצה וואס מצה ברענגט אמונה וועט מען זוכה זיין צו די נחמה בכפלים.
ידיד נפש: הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שמעון עוזר מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס.
פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:55.
מוצ"ש איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן דורך די תושבי שכונת בראדוועי עסטעיט אין מאנטיסעלא,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין פארשידענע געגענטער אין די קעטסקילס, און דער רבי האט געווינטשן ברכת קדשו.
א גוטע וואך.
~🌴~