דאנערשטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ואתחנן=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם שמואל שווארץ הי"ו - תאומים.
ב"ר יעקב יחזקי' ווייס הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם אין היכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אלעזר וויינשטיין הי"ו און ר' אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:50 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע וואכן אויף אפרוה אין קרית יואל,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט איבער נס הצלה פון סקולענער רבי זצ"ל, און סקולענער רבי שליט"א האט געלאדענט רבינו שליט"א צו באשיינען די יערליכע סעודת הודאה וועלכע קומט פאר דעם מוצ"ש אינעם בית רחל אודיטוריום,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם געווינטשן ברכת קדשו, און דערנאך ארויסבאגלייט ביזן גאס.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' בנציון קליין הי"ו און ר' אברהם שמואל פארקאש הי"ו,
און פון די מחותנים ר' יואל ברש"ח מענדלאוויטש הי"ו און ר' יואל בר"ש רובינשטיין הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מעריב האט זיך פארמירט א שמועס איבער די גרויסקייט פון חמשה עשר באב און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די טאג איז מסוגל פאר שידוכים, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פאר די אנוועזענדע בחורים שידוכים במהרה.
א גוטע נאכט.
~🌴~