מיטוואך ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ואתחנן=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
בעל תפילה: הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א - מחמעלניק מאנסי.
נאכן דאווענען איז דער ציבור זיך אריבער געזעגענען פון רבינו שליט"א, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן געטרייען משמש פונעם ביהמ"ד הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו,
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט.
ארום 3:10 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר אויפן וועג צום מאונט וואשינגטאן רידזשענעל עירפארט ווי דער רבי האט זיך געהויבן אום 3:40 מיט א פריוואטן פליגער אויפן וועג אהיים נאכן וויילן די לעצטע פיר וואכן אויף מנוחת הנפש,
די פליגער האט געלאנדעט ארום 4:30 אינעם קינגסטאן אולסטער עירפארט ווי דער רבי איז צוגעפארן קיין פליישמאנס אויף א באזוך ביי די מחנות הקיץ פון ישיבתינו הקדושות פון בארא פארק,
ביים אנקומען ארום 5:30 איז דער רבי צום ערשט אריבער אויף א באזוך ביי האדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א וועלכע האלט זיך דארט אויף אין די זומער וואכן,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בתורה וחסידות און האדמו"ר מספינקא שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט פירות און לחיים און דער רבי האט ווארעם געווינטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין ישיבתינו הק' ישיבה גדולה ויואל משה בראשות הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם צוגעבויטן שטיקל צום ביהמ"ד,
דער רבי איז צום ערשט אריין צו די תלמוד תורה פונעם מחנה, ווי די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברות קודש ודברי ברכה פאר די קינדער,
דערנאך איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, די בחורים האבן געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן די ראש ישיבה ציעשנוב רב שליט"א, ווי ער האט ווארעם באגריסט רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן ראש ישיבה, מגידי שיעור און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורים ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די וואכעדיגע סדרה און ארויסגעברענגט אז די מטרה פון קומען אין קעמפ איז צו שטייגן בתורה ויראת שמים און מען דארף זען אז מען זאל טאקע שטייגן און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארעמע ברכת קודש פארן ראש ישיבה שליט"א און פאר אלע בחורים,
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי ציעשנוב רב שליט"א עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס מיט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע און בפרט איבער די קשר פונעם הייליגן קדושת יוט זי"ע מיטן צאנזער רב זי"ע,
דערנאך האט ציעשנוב רב שליט"א מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם געווינטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי ישיבתינו הק' 'ישיבה קטנה סניף ויואל משה' בהנהלת הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א, צום ערשט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין ביהמ"ד,
די בחורים האבן געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן די מנהל שליט"א, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די מגידי שיעור און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורים ארויסברענגענדיג אז כדי צו שטייגן בתורה ויראת שמים דארף מען טראכטן פון א צווייטן און מען טאר נישט קוקן נאר אויף די אייגענע אינטערעסן נאר זען אייביג צו העלפן א צווייטן און טראכטן פון א צווייטן וכו' און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארעמע ברכת קודש פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד ווי עס האבן אויך מיטגעדאווענט די תלמידי ישיבה גדולה,
עטליכע מינוט נאך מנחה איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד ווי די בחורים זענען געזעצן און געלערענט, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים אין די לימודים.
ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט פליישמאנס אויפן וועג לביתו נאוה קודש אין קרית יואל,
ארום 10:15 איז דער רבי אנגעקומען לביתו נאוה קודש ווי עס האבן אפגעווארט און שלום גענומען א גרויסע ציבור תלמידי הישיבה און אנשי שלומינו,
ארום 10:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
=בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה=
א גוטע נאכט.
~🌴~